עברית
Library

ליקוט מכתבי רבותינו אודות שנת תרמ"א

תקצא

זיין עשירות און הן זיין חאַראַקטער זאָגט שלמה המלך אַז ועשיר יענה עזותאָי, אָבער די עשירות מיט דער העזה בעדאַרף שטימען, פאַראַן אַזעלכע וואָס די העזה איז מעהר ווי די עשירותיא.

הצלת בנ"י מהפוגרומים

אין יאָר תר"מ-תרמ"א ווען עס זיינען פאָרגעקומען די פאָגראָמען אויף אידן אין רוסלאַנד האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש געזאָגט: ווען מען וואָלט מיר געפאָלגט וואָלט מען אַ סך אידישע בלוט פאַרשפּאָרט.

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אַמאָל געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך האָב זיי — צו די פאָרשטייער פון די רוסישע ממשלה — געוואָלט זאָגן אַז אויב ניט, ד. ה. אויב זיי וועלן ניט פאַרבעסערן זייער באַציאונג צו די אידן, פאָר איך אַוועק אין ארץ ישראל און נעם מיט הונדערט טויזנט אידישע פאַמיליעס און איך וואָלט דאָס דורכגעפירט, נאָר דאַמאָלסט איז געווען ענין ”בילו" און איך האָב ניט געוואָלט מוסיף תוקף זיין, און הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט מסיים געווען: ווען ביי זיי וואָלט געווען דער ”באור ה'"יב וואָלט איך אויך געפאָרןיג.

אודות הרה"ח ר' יקותיאל ליעפלער

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט געזאָגט בסעודת חגה"ש תרמ"א: פאַר אַן אמת באַצאָלט מען טייער. ווי עס איז ידוע די מעשה פון החסיד ר' יקותיאל ליעפּליעריד, וואָס איז געווען פריער אַ איש פּשוט. הערענדיג אַמאל אַ תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן וועגן חלל הימני און חלל השמאלי, איז ער אַרויפגעקראָכן צום פענסטער פון אויבערשטיבל וואו הוד כ"ק רבנו הזקן האָט זיך געפונען און אַ געשריי געטאָן: רבי, האַקט מיר אָפּ דעם לינקן זייט, איך קען זיך מיט אים ניט ”איספּראַווען" — אַן עצה געבן.

האָט אים הוד כ"ק רבנו הזקן געענטפערט: ואתה מחי' את כולםטו כתיב, איז מיט די ווערטער האָט אים הוד כ"ק רבנו הזקן אַריינגעשיינט ראיית אלקות, אַזוי ווי ראי' גשמיות. נאָכדעם, אַז החסיד ר' יקותיאל פלעגט גיין אין גאַס פלעגט אים

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
תרמ"א
Id
rh-jam7exjq

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources