ליקוט מכתבי רבותינו אודות שנת תרמ"א
תקצ
וואָס פאַר אַ דרגא אמת און מס"נ בריינגען קען קיינער ניט משיג זיין, און בפרט דער אמת און מס"נ פון אַ נשמה כללית.
יעמאָלט — זאָגט כ"ק חותני להחסיד ר' אשר נ"ע — האָב איך געוואוסט אַז ער וועט זיין דער ממלא מקום קדשוז.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"קב האָט מיר דערציילט, אַז צוליב אַ געוויסען ענין בין איך געווען ביום א' דסליחות תרמ"א ביחידות באַ הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר — הרה"קג האָט ער מיר געזאָגט:
פון יעדער זאַך וואָס אַ איד בכלל און אַ חסיד בפרט זעהט אָדער הערט דאַרף ער אַרויסנעמען אַ הוראה אין אַ הנהגה אין עבודת השם, און עבודת השם איז כולל עבודת התפלה, בירור ותיקון המדות און התחלת העבודה איז משעבד זיין די לבושי הנפש מחשבה, דיבור ומעשהח.
עס איז געווען אין די יאָהרן תרל"ט-תרמ"א וואָס צווישן די פּעטערבורגער מלוכה מענער האָט געוואַקסן די העצע פון פּאָגראָמען און שנאת ישראלט.
אין יענע צייט פלעגן אָפט פאָרקומען אסיפות גדולי ישראל אין פּעטערבורג, וואו עס פלעגען אָנטייל נעמען אויך די פּעטערבורגער גרויסע גבירים.
אויף איינע פון די אסיפות וואָס עס האָט זיך אַרום גערעדט אַ רעליגיעזע פראַגע, איז אַ פּאָר פון די גרויסע גבירים האָבען זיך אין דער פראַגע אַרויסגעזאָגט ניט מיט דרך-ארץ'דיגען בענעם צו תורה און מצוות.
איינער פון די גדולי ישראל וואָס האָט זייער פאַר דראָסן דער שלעכטער באַנעם, האָט געזאָגט, אַז הגם די גבירים האַלטן ניט אַזוי, אָבער אויף זייער מיינונג קאָן מען ניט שטעלן, ווייל זייערע עשירות באַלאַנסען שטימען ניט.
דער וואָרט האָט אויפגעטרייסעלט די גאַנצע אסיפה, און די פּאָר גבירים זענען געוואָרן פאַרציטערטע.
שלמה המלך — זאָגט דער גדול — האָט גוט געוואוסט וואָס אַ גביר איז, הן
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Toras Shmuel
- Volume
- תרמ"א
- Id
- rh-a4a5wt1f
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.