עברית
Library

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה יט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

כו. וועגען שמחת בית השואבה דערציילט די משנה (סוכה נא, א) ילדים מפרחי כהונה וואלטן עולה זיין ע"ג סולמות ובידיהם כדים כו' מבלאי מכנסי כהנים כו' וואס מיט זיי ו פלעבן זיי מדליק זיין, און ער איז מסיים: ולא הי' חצר

בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה.

בכלל, אין עבודת הכהנים ולויים איז געווען א הגבלה, די כהנים האבן געדארפט זיין גדולים דוקא (צי בני כ"ה שנה, צי למ"ד אדער עכ"פ בני כ'), די הגבלה איז אבער געווען מער ניט ווי אין דער עבודה שבכל השנה, אבער אין דער עבודה פון מדליק זיין אור בית השואבה, אין דעם איז קיין הגבלה ניט געווען, און אויך ילדים מפרחי כהונה, און דוקא ילדים, האבן אנגעצונדן דעם אור.

דער טעם אויף דעם איז ווי גערעדט פריער אין דעם ענין פון גודל השמחה דסוכות, אז די גודל השמחה קומט מצד דעם וואס ס איז בהמשך צו דער תשובה דר"ה ויו"כ, וואט תשובה איז דאך העכער פון אלע מצות און זי איז בלי גבול, דערפאר איז אויך די שמחה דסוכות וועלכע קומט נאך דער תשובה, אויך א שמחה בלי גבול, כמשנ"ת בארוכה לעיל.

ומצד דעם פאלט אויך אפ די הגבלה פון גדלות בשנים, און אויך ילדים מפרחי כהונה, און דוקא ילדים מצד מעלת המרץ וועלכע ס איז אין ילדים, קענען אנצינדן א אור גדול ביותר וועלכער לייכט אין גאנץ ירושלים, כמאמר המשנה: ולא הי' חצד בירושלים שאינה מאירה מאור בית השואבה,

אויף ירושלים שטייט דאך עתידה ירושלים שהתפשט בכל ארץ ישראל, ארץ ישראל מיינט כפשוטו א שטיקעל ערד וואו עס געפינט זיך דארטן א איד, איז אומעטום וואו א איד געפינט זיך דערגרייכט דארטן דער ענין פון ירושלים, ירא שלם, צוזאמען מיטן אור בית השואבה וועלכע די ילדים מפרחי

- לד כהונה כהונה באלייכטן ירושלים, קומט דאס אן אין גאנז ארז ישראל, ד.ה. אומעטום וואו א איד געפינט זיך. כז.בזמן שביהמ"ק הי' קיים איז געלעגן די עבודה אויף ילדים מפרחי כהונה. משחרב ביהמ"ק איז דער ענין הכהונה (ברוחניות) שייך צו אלעמען, וכמ"ש הרמב"ם (סוף הל' שמיטין ויובלות) אז כל מי שנדבה לבו לשרת את הוי' איז ער א כהן ברוחניות, און מען זאגט אויף אים, הוי' הוא נחלתו אזוי ווי אויף כהנים, ווארום וויבאלד אז ער האט זיך אפגעזאגט פון אלע עניני העולם און אפגעגעבן זיך אינגאנצן אויף לשרת את הוי' גיט מען אים זיין השפעה בגשמיות אזוי ווי צו כהנים וואס משלחן גבוה קא וכו און הוי' הוא נחלתם.

במילא, איז די עבודה וועלכע אמאל האבן געדארפט אטאָן כהנים, איז היינט קענען און דארפן דאס טאן אלע, אויך די אידן וואס זיינען ניט פון שבט לוי, און אויך זקנים בשנים, ווארום בשעת מען וויל מיט א אמת איז אין אלך דבר העומד בפני הרצון, און אויך א זקן בשנים קען האבן דעם זעלבן מרץ פון א צעיר.

ליגט אויף אלעמען דער חוב צו אנצינדן דעם אור בית השואבה, וואס דער סדר אין דעם איז, קריכן אויף סולמות דזקיפי מובא, ניט שטיין אויפן ארט, אויך ניט גיין במישור נאר קריכן אויף סולמות דזקיפי טובא און מיטנעמען מיט זיך כדים פון שמן וואס ס איז א שווערע משא (ראה שיחת שמחת בית השואבה תשח"י - המעתיק), און דורך די בגדי כהונה מיט א נר וועלכער קומט פון הר הבית, אנצינדן און באלייכטן בכל בתי בני ישראל.

און ניט נאר בלאיכטן די הייזיר, טאר אוקך די הצרות, כלשון המשנה שלא הי' חצר כו', א חצר איז דאך ניט געמאכט געווארן למושב אדם נאר לכלי תשמיש, איז אויך די וואס דערוויילע זיינען זיי ניט במעלת אדם, אויך זיי דארף מען באלייכטן.

וואס דאס איז דאך אויך די הוראה ממצות הקהל, אז מען האט געדארפט מיטנעמען אויך די טף בכדי לחת שכר למביאיהם, ד.ה. אז מען דארף באלייכטן אויך די וואס נאך דער גאנצער עבודה פון ר"ה, עשי"ת ויו"כ זיינען זיי ניט צוגעקומען צו א העכערע מדריגה ווי עבודה ע"מ לקבל פרס, וכמשנ"ת בארוכה בשיחות הקודמות.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
Id
rh-z19h9tdd

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1E0j1BV9SFYRaLV_1jOWQkU…