וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת
וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, שיחה ה
ה. און דאס איז די הוראה מכללות חלומות של יוסף: די ערשטע זאך אז עס מוז זיין עבודה, דאס איז די. התחלה פון אלץ מען זאל ניט מיינען אז וויבאלד אידן זיינען בני מלכים אדער ווי די גמרא זאגט אמאל מלכים, דארף מען באר קיין עבודה ניט, זאגט מען אז אלע השפעות מלמעלה קומען דורך עבודה דוקא, מער ניט אז וויבאלד עס רעדט זיך וועגען מלכים, איז יעדער קלייניקייט שוין א גאנצע עבודה, און דער אויבערשטער דארף דערפאר געבן אזוי ווי די גמרא זאגט כסעודת שלמה בשעתו און נאך מערער, אבער עבודה דארף זיין, און בשעת אז יגעת איז ומצאת. ווייטער איז די הוראה אז עבודה דארף זיין בביטול, צו דעם וואס ס'איז העכער פון אים, און דער ביטול מאנט זיך אפילו בשעת ער שטייט אין די העכסטע מדריגות, וואס דאס איז דער ענין פון בטל רצונך, און יעמולט איז יבטל רצון אחרים מפני רצונך, רצון אחרים לשון רבים, ד.ה. די עניני עוה"ז אויף וועלכע עס שטייט נעשה לשון רבים והרוצה לטעות, אז עס ווערן בטל אלע העלמות והסתרים, און ער ווערט א כלי ראוי' לקבל את ההשפעות פון יוסף הצדיק יסוד עולם.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 25 Kislev 5720 (26 December 1959)
- Id
- rh-0c1kpv79
Copies
Recent activity
Sources
- drive