עברית
Library

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה

ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה ה

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ה. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם פארוואס די שמחה פון סוכות דארף זיין בלי גבול (כנ"ל סעיף ב').

תומ"צ איז ענינם בהגבלה, כאטש אויף תורה שטייט ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים, אויך אויף מצות שטייט רחבה מצותך מאר, פונדעסטוועגען זיינען זיי דאך געגעבן געווארן למטה בצמצום מדידה והגבלה כמבואר בתניא בכ"מ, ביז אז אויף התחלת נתינת התורה שטייט אויך דער לדרן דסיית, אמ"ס סכינתו בין שני ברי הארון, משא'כ ד רך עבודח החשובה גייט מען ארויס פון מדידות והגבלות.

ווי עס שטייט אין גמרא, בכה רבי יש קונה שולמו בשעה אחת, ד.ה. אז דאס וואס דורך תומ'צ דארף נעמען כמה

וכמת וכמה וכן, ווארום מען דארף גיין בסדר והדרגה, מדרגא לדרגא, איז דורך תשובה נעמט מען דאס בשעה אחת, וויילע אין תשובה איז קיין הגבלות ניטא.

פארוואס איז דאס? וויילע מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה. א צדיק גייט ניט ארויס פון הגבלות, ער שטייט אין זיין. ביור און טוט זיין עבודה, משא"כ א בע"ת גייט דאך לגמרי ארויס פון זיינע הגבלות, ווארום ער בייט זיך דאך לגמרי, פריער איז ער געווען שקוע אין ענינים פון היפך רצונו ית' און מיט אמאל טוט ער זיך לגמרי אריין אין ענינים של קדושה, איז דאך דאס ניט קיין עלי' מלמטה למעלה, נאר דאס איז דאך א שינוי לגמרי מן הקצה אל הקצה, איז וויבאלד אז ער גייט ארויס לגמרי פון זיינע הגבלות און בייט זיך אום לגמרי מקצה לקצה, איז מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה, אז ער גיט אים אן קיינע הגבלות, אז דאס וואס בסדר והדרגה דארף נעמען כמה וכמה 'זמן, גיט מען אים בשעה אחת.

וע"ד המבואר ברמב"ס די גודל החיבה פון א בע"ת בא דעס אויבערשטער, מצד דעס וואס ער איז זיך משנה לגמרי, און ווי דער רמב"ם איז מאריך בכמה וכמה תוארים בגודל מעלתו של בעלי תשובה.

און דאס איז אויך וואס דער רמב"ם זאגט, ישראל שעושים תשובה מיד נגאלים. פארוואס עפעס מיד? נאר וויילע מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה. אויב די סיבה אויף דער גאולה וואלט געווען א ענין פון סדר והדרגה, דאן וואלט די גאולה אליין אויך געווען באופן כזה. וויבאלד אבער אז די גאולה וועט קומען דורך תשובה, - וואס דאס איז דאך אליבא דכו"ע, דדי פלוגתא פון ר"א ור"י איז נאר וואס וועט זיין די סיבה

אויף תשובה, אבער דאס האלטן אלע אז די גאולה וועט קומען דורך תסובה - און תשובה איז דאך א ענין כון בשעתא חדא: דעריבער וועט אויך די גאולה קומען מיד, ניט ביסלאך ויין. נאר מיט אמאל, אז פון דעם גרעסטען חושך הגלות, חושך כפול ומכופל, שאין לך יום שאין קללתו מרובה משל חבירו, וועט מען מיט אמאל אריבערשפרינגען אין דער גאולה שלימה ואמיתית שאין אחרי' גלות, וואס דערפאר וועט מען זאגן שיר חדש לשון זכר. .

אלע ענינים דלעתיד איז דאך א מעין פון זיי פראן אויך איצטער, וואס די ענינים ועבודות פון איצטער וועלן בריינגען די ענינים דלעתיד, איז א דוגמא ומעין פון דעם "מיד נגאלים" איז חג הסוכות, וואס קומט בהמשך צו דער תשובה מיטן סלחתי כדברך פון יו"כ.

אזוי ווי נאכן עגל האט מען געדארפט אנהויבן בויען דעם משכן, דאס איז דער בנין חדש שאחרי ההירום, און דער אופן הבנין האט געדארפט זיין אן קיינע הגבלות, כמ"ש והמלאכה היתה דים והותר, מערער וויפל מען דארף, אזוי אויך יעדער בעל תשובה הויבט אן בויען א נייעם בנין אחרי הירוס החטא, און ער בויט דאס אן הגבלות.

וואס דאס דריקט זיך אויך אויס אין די שמחה פון סוכות, מצוה להרבות בשמחה זו, אז וויפל שמחה מען האט האלט מען אלץ אין איין מרבה זיין, מען לאזט ניט איבער קיין איין נקודה אין נפש אדער אין זמן אויף הגבלה.

און דאס איז אויך וואס דער רמב"ם איז מבאר דעם סדר ואופן השמחה, שהיו מפזזין ומרקדים כו', דענין הריקוד

הוא ברגלים. הוא ברגלים. ניט מיטן קאפ נאר מיט די פיס, שכל איז הגבלה ריקוד איז אבער מיט די פיס, און די פיס הויבן אויף די קאפ אין אזא ארט וואס קאפ מצד עצמה קען אהין ניט צוקומען.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
Id
rh-cgf4vat7

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1E0j1BV9SFYRaLV_1jOWQkU…