משפטים, פ' שקלים, מבה"ח וער"ח אדר
משפטים, פ' שקלים, מבה"ח וער"ח אדר, שיחה ה
ט. דער ענטפער וואס דער אויבערשטער האט געענטפערט צו משה רבינו איז געווען - הראה לו מטבע של אש, ולכאורה, וואס איז דער ענטפער אין דעס? וויבאלד אז די שאלה איז געווען ווי אזוי קען א דבר מוגבל אנרירן אין עצם הנפס, איז וואס איז נ"מ פון וואס די מטבע איז, צי פון אן אנדער זאך צי פון אש, פונדעסטוועגען איז דאך אבער ניט מובן, ווי רירט עס אן אין עצם הנפש? וועט מען עס פארשטיין עפ"י המשל, דיש אומרים אז דאס איז אויך פון בעש"ט, משל פון איינעם וואס האט זיך געלערנט לצרף כסף וזהב, איז דער וואס האט מיט אים געלערנט האט אים געזאגט אלע פרטים, און ער האט עס פארשריבן אבער דאס אז מען דארף עס אריינלייגן אין פייער האט ער עס איס ניט געזאגט, און ער האט עס ניט פארשריבן מרוב הפשיטות, דער נאך, אז ער האט אנגעהויבן מלאכתו, האט ער געטאן אלע פרטים דועלכע זיינען בא איס געווען פארשריבן, געבלאזן און געקלאפט וכו', אבער וויבאלד אז ער האט עם ניט אריינגעל"גט אין פייער, איז דאך מובן אז דערפון איז גאר ניט געווארן, עם איז געבליבען דער זעלבער גולם ווי פריער.
און דאס איז אויך דער ענין פון מטבע של אש: כאטס אז די מטבע מצד עצמה קען ניט דערלאנגען אין עצם הנפט, אבער בשעת מען נוצט צו דערצו פייער, דער פייער פון נר הוי' נשמת אדם, דאן דערלאנגט דאס אין עצם הנפס,
און דאס איז אויך א נקודה נוספת אין דעס וואס מען האט גערעדט אין די פריערדיקע התועדות (ט"ו שבם), אז אזוי ווי עס גייט איצטער סעיף י"א (פון דעס המשך באתי
- ט -לגני) לגני) דארף זיין די עבודה, מען זאל זיך מגיים זיין אין צבא מלשון חיל אויף דורכפירן דעם ניצוח המלחמה, וואס דאס איז דאך די עבודה דקבלת עול, - דארף מען אבער וויסן, אז דאס דארף זיין אויך מיט פייער און חיות, וואס דאן ווערט עס כפר נפשו. .
און בשעת ס'איז דא די עבודה פון מטבע של אש, יעמולט גיט דער אויבערשטער צו אידן, ווי ער זאגט אין היינטיקער פרשה, זהב כסף ונחושת וגו', אלע ענינים הגשמיים, און אידן מאכן פון די גשמיות רוחניות - ועשו לי מקדש וסכנתי בתוכם.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Shevat 5720 (27 February 1960)
- Id
- rh-2abpqgfp
Copies
Recent activity
Sources
- drive