פורים
פורים, שיחה ב
ג. דער רבי דער שווער האט אמאל דערציילט פורים אין א פארבריינגען, בנוגע צו זיין מאסר זייענדיק במדינה ההיא, און האט געזאגט אז ער האט זיך דערמאנט די מעשה בשעת מ'האט געלייענט די מגילה יענעם פורים,
נאר געמאכט א הקדמה, אז בכלל האט ער זיך דארט געהאלטן ניט אויף שטארקייט, דאס האט אים געקאסט אסאך געזונט,
אז אריין גייענדיק אין חדר וואו דארט איז געווען דער חקירה ודרישה, ס'הייסט אין רוסיש דער איז ניט ווארטנדיק וואס מ'האט אים געשטעלט א פראגע, האט ער גלייך געזאגט, אז דאס איז דעם ערשטן מאל אז ער גייט אריין אין א חדר און מ'זאל זיך ניט אויף שטעלן, דאס איז געווען דער התחלה, קודם כל א שאלה, האט מען אים אויף דערויף געזאגט, צי ווייס ער וואו ער געפינט זיך, האט ער אויף דערויף געענטפערט, אז דער ווייס ער געפינט זיך אין אן ארט וואס איז פטור פון א מזוזה, ווארום בית האסורים און א שמאל פון פערד איז פטור פון מזוזות,
צווישן די וואס האבן אים געשטעלט די שאלה, איז לויט ווי ער האט געזען צוויי פון זיי האט ער געקענט, דערפאר וואס זיי זיינען געקומען ארעסטירן אים, די אנדערע צוויי איז דאס געווען אזוינע וואס ס'האט אוים געזען אז זיי זיינען ניט קיין אידן, אבער פון דעסטוועגן האט ער גערעט דווקא קויף אידיש,
משעת מ'האט אים געפרעגט דארט די אינפארמאלע זייט, דער מאנען מיט די אלע זאכן, איידער מ'האט אים אן געהויבן שטעלן ווייטערדיקע פראגן, האט ער זזי געזאגט אז ער וויל זיי דערציילן א מעשה, האט מען אים אויף דערויף געזאגט, אז ענטפערט אויף די שאלות וואס מ'וועט ביי אייך פרעגן, האט ער זיי אויף דערויף געזאגט, ווען איך דערצייל א מעשה איז אפילו מתנגדים הערן זיך אויך צו, און האט ניט געווארט ביז מ'וועט אים שטעלן די פראגע, און האט גלייך אן געהויבן דערציילן די מעשה,
און געזאגט, אז ביי זיין עלטער זיידע, דאס הייסט ביים צמח צדק, . איז אמאל אריין א משכיל אן אפיקורוס, האט זיך אפגערופן דאס איז געווען איינע פון די חוקרים איז געווען נחמנסאן, ער איז געווען א חסיד'ס א זון, בשעה ער האט דערהערט דעם טיטול האט ער געפרעגט צי דאס איז פכאזשע אזוי ווי ער, האט אים דער שווער געענטפערט אויף דערויף, יענע איז געווען א יודע ספר און האט געוואוסט ויודע למרוד בו, דו ביסט דאך בכלל אזא וואס ווייס גאר ניט, און האט ממשיך געווען דערציילן דעם סיפור, אזוי ווי ער, האט אים דער שווער אויף דערויף געענטפערט, יענע איז געווען א יודע ספר און האט געוואוסט ויודע למרוד בו, דו ביסט דאך בכלל אזא וואס ווייס גאר ניט, און האט ממשיך געווען דערציילן דעם סיפור,
געזאגט אז ער איז אריין געגאנגען צום צמח צדק, און האט ביי אים געפרעגט, פארוואס עפעס בשעת דער מגילה דערציילט, -געווען ווייזט אוים פורים צייט- געפרעגט פארוואס אז דער מגילה דערציילט וואס חתך האט איבער געגעבן מרדכי'ס רייד צו אסחר המלכה וועגן גזירת המן, ביהודים לאבדם, שטייט ביהודיים מיט צוויי יודין, דערנאך אז ס'שטייט ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר שטייט איין יוד, . .
האט אים דער צמח צדק אויף דערויף געענטפערט האט דער צמח צדק אויף דערויף אים געענטפערט, אז א יוד גייט דאס אויף עשר כוחות הנפש, ביי א אידן איז דאך דא דער נפש הבהמית, און דער נפש השנית וואס זי איז חלק אלקה ממעל ממש, אדער ווי ס'ווערט אן גערופן די עשר כוחות פון יצר טוב און עשר כוחות פון יצה"ר, איז די גזירת המן איז געווען בשוה ביהודים לאבדם אויף ביידע יודין, סיי אויף די אידן פון עשר כוחות פון יצ"ט, יצ"ט אידן, סיי ביי די אידן וואס זיי זיינען יצה"ר אידן, ..
האט ביי אים דער פרעגער געפרעגט ביי זיי, פארוואס שטייט אז ביי והיהודים אשר בשושן נקהלו ועמוד על נפשם שטייט אויך מיט צוויי יודין, האט אים דער צמח צדק אויף דערויף געענטפערט, אז די אידן וואס זיי זיינען געווען בשושן זיינען דאך געווען בסמיכות מקום, אין דער שטאט וואו זיי האבן געוואוסט דער חומר הגזירה, און פון דעם נס וואס האט געטראפן אין ביטול הגזירה, איז דאס געווען אויף אזוי פיל גלוי לעין כל, אז דאס האט דערנומען בשוה סיי דער יוד, די אידן פון יצ"ט אידן, סיי דעם צווייטן יוד, די אידן פון יצה"ר אידן, .
און דערנאך האט דער צמח צדק מסיים געווען, ניט אויף קיין אידן גערעט, אויף דעם וואס ער האט אים דערגאנגען די יארן מיט די שאלות, אז בשעת - ניט אויף קיין אידן גערעט - וועט ער דורך גיין די יסורים, וועט עד אויך זען די ניסים גלוים, און דער נאך איז ער געווארן - ניט אויף קיין אידן געדאכט - דער פרעגער ניט גוונא א דריי חדשים, און דערנאך נהפך לאיש אחר, ער איז געווארן א יראי שמים, בשעת דער שווער האט מסיים געווען דער סיפור המעשה, האט ער געזאגט אז דער זעלבער זאך איז מיט די וואס מאכן אים דעם, א בשעת זיי וועלן דורך גייען די אלע זאכן, וועלן זיי אויך דערנאך זען די ניסים וואס דא איז דא, עד כאן דער סיפור הרב,
בהנוגע לענינינו, אט די אלע אידן וואס זיי זיינען געבליבן לאחרי הגזירות והשמדות, וואס לא עתה ולא עלינו זיינען געווען אין אונזער דור, וואס ידעדער איז דאך מוצל מאש, וואס דאס איז דאך דער שארית הפליטה וואס שלחנו למחי', כדי אויף צו שטעלן אן עם רב,איז אט דאס איז קיין אונטערשייד ניט צי דער יוד צי דער יוד,
איז פונקט אזוי ווי דער גזירה איז געווען בשוה אן קיין. אונטערשייד, אפילו די וואס זיי האבן געמיינט אז זיי זיינען שוין יצא מכלל ישראל כמה דורות, האט מען זיי אויך כולל געווען אין דעם גזירה פון מנער ועד זקן טף ונשים אין אונזער דור, איז דאך דאס א. זיכערע זאך אז דאס דערנעמט אלעמען, סיי דעם יוד און סיי דעם יוד,.
אז ס'זאל זיין ביי אלעמען דער נקהלו ועמד על נפשם, ווי דער פנימיותדיקער טייטש פון נפש איז, אז דאס איז דער נפש האמיתית פון א אידן, דער נפש השנית בישראל וואס זי איז חלק אלקה ממעל ממש, און אט דעמאלט איז וועט זיין דער והרוג בשונאיהם, אויף מבטל זיין די אלע העלמות והסתרים, וואס זיי לאזן ניט דעם נפש האלקית, אז זי זאל אן פירן מיט'ן גוף, ווי ער איז מבאר אין תניא בארוכה, און דערנאך וועט זיין דער ונח אז מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב וועלן זיך אלע אידן פאראייניקן אין איינע בשוה ממש, און ביי זיי אלעמען וועט זיין דער אורה ושמחה וששון ויקר,.
וואס כאטש רז"ל דרש'נן דאך אז אורה זו תורה און שמחה זו יום טוב וששון זו מילה ויקר זה תפילין, וואס דאס איז דאך דער אמת, וויבאלד אז רז"ל דרש'נן אזוי, איז דאך אבער אויך א כלל אין תורה, אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אז ס'וועט זיין דער אורה ושמחה וששון ויקר ביי אלע אידן, ווארום ס'וועט ווערן פון זיי אלעמען איין יוד למטה, אויף צו דינען דעם יוד אין אנכי וואס לא אתרמז לא בשום אות, דעם יוד שלמעלה, און צוזאמען וועט דאס ווערן אן אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם אין אורה ושמחה וששון ויקר. ד.. וואס אין דערויף איז אויך אן ענטפער, ס'איז דא אזוינע וואס רעכענען אז אויב זיי וועלן אויס באהאלטן זייער אידישקייט, וועט דאס זיי דעמעלט זיין א באווארעניש פון שנאת העמים, איז אט דאס איז אויך ווי מ'האט דאך גערעט, אז די מגילה איז דאך קיימו מה שקבלו כבר, אז . דאס איז א ענין פון מסירת נפש על כל השנה כולה, ע"ד ווי ס'איז געווען דעמאלט,
און ווי דער צמח צדק האט געטייטשט, מפורש געווען, אז דאס איז ביי ביידע אידן, סיי פון דעם איד פון נפש הבהמית, סיי פון דעם איד פון נפשהשנית בישראל היא חלק אלקה ממעל ממש, און נאך מערער, דאס שטעלט זיך נאך אריין אין דעם זעלבען ווארט, סיי בהנוגע צו דער גזירה מצד לעומת זה, סיי בהנוגע צו דער מסירת נפש וואס דערפאר איז דאך אין נקהלו ועמד על נפשם אויך אין דעם זעלבען ווארט, .
איז אט דאס איז אויך די הוראה אין מגילה, אז בשעת מ'האט געדארפט פועל'ן ביי דעם מלך פון מדינה א גזירה אויף אידן, האט ער געזאגט אז ס'איז קיין נפק"מ ניט אט די אידן וואס זיי זיינען אויס געטיילט אין אן עם אחד, דארף מען אויף זיי געבען די גזירה, דערפאר וואס ישנו עם אחד, אט די אידן וואס זיי זיינען מפוזר ומפורד בין העמים דארף מען אויף זזי געבן די גזירה דערפאר וואס ער איז מפוזר ומפורד בין העמים,
לכאורא איז דאך ממ"נ, איז די גזירה דערפאר וואס עם אחד דארף דאך ניצל ווערן דער וואס מפוזר ומפורד, איז דער גזגרה מצד מפוזר ומפורד דארף דאך ניצל ווערן דער וואס שטעלט זיך אין א ציור פון עם אחד,
נאר דער פירוש אין דערויף איז, אז חזקה א הלכה אז עשו שונא ליעקב, במילא איז קיין נפק"מ ניט, אפילו אז דעם יעקב ווייזט זיך אויס אז ס'איז ניט ניכר ווער ער איז, איז דער עשו דערפילט דאס, און ער דערפילט דאס ביז לניני ולנכדו, ע"ד ווי מ'האט פריער גערעט אין די וואס ס'איז פריער געווען, לא עלינו ולא עתה,
וואס דאס וואס א ענין איז דא אין לעומת זה אין צד הרע, איז די מציאות פון רע איז דאך מער ניט ווי ארויס צו ברענגען דעם זעלבען ענין אין קדושה מיט א גרעסערע תוקף און מיט א גרעסערע ליכטיקייט, ביתרון האור מן החושך,
פארוואס דערפילט עשו דעם אידן אפילו אט דער וואס ער מיינט אז יצא מכלל ישראל כמה דורות, דערפאר וואס ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, קיין נפק"מ ניט וויפיל דורות דאס ציט זיך, האט ער אין זיך דעם חלק אלקה ממעל ממש,
נאר וואס דען, מצד זיין נפש הבהמית מצד סיבות וענינים צדדיים, קאן זיך אים אויס ווייזן אז דאס איז ניטא, אדער אז דאס קאן ניט פועל'ן, איז אין אים אויף וויפל ס'לאזט אויף אים דירעקט, און בשעת אזוי, איז דאס דא וואס ס'קומט צו גיין דער"מעמיד עליהם מלך קשה כהמן", וואס אט דעמאלט איז עושין תשובה ומיד הן נגאלין.
וואס דאס איז דאך אויך דער לימוד מיט דעם מוסר השכל פון די גזירות וואס ס'איז געווען לא עתה ולא עלינו.
וויבאלד אז מ'איז בטוח אזאלע שבעים זאבים דערפילן די כבשה אחת וואס געפינט זיך ביניהם, אפילו ווען זיי ווילן זיך אויס באהאלטן אונטער וואס פאר א ענין און לבוש עס זאל ניט זיין, איז אט דעמאלט בטבע בנ"א, עאכו"כ אין צד הרע, אז אויב מ'וויל נאך זאגן אז מ'גלייכט זיך צו אים איז אט דאס נאך מוסיף אין דעב שנאה, אויב ס'קאן נאך זיין אין יענע שנאה א ענין של הוספה, אויב זי איז נאך ניט די והותר,
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז אט דאס וואס מ'מיינט אז דורך דערויף וואס ככל הגוים, איז דאס איז א עצה אויף הרוחה, עאכו"כ אויף הצלה, איז דאס א עצה פונקט ר"ל אויף'ן היפך.
און ע"ד זה אויך אט דאס וואס הלכה רווחת אז בידוע אז עשו שונא ליעקב דערפאר וואס ער פילט אז יעקב איז אנדערש פון אים, איז דאס דערפאר וואס דער אמת איז אזוי, און אן אמת איז מארץ תצמח, אויף וויפיל, אפילו דער אויבערשטער זאגט דאך אז"השליך משמים ארץ תפארת ישראל, איז אע"פ כן איז דאס איז כביכול 'ויאמר להשמידו, ווי די מדרש זאגט אז די גזירה פון המן אז דער אויבערשטער האט געזאגט אז אפילו ער האט געוואלט ר"ל להשמידם, איזימשה בחירו עמד בפרץ לפניו"און האט מבטל געווען די גזירה.
און פארוואס איז דאס בגשמיות, איז דערפאר וואס אזוי ברוחניות קיינער קאן ניט משמיד זיין ח"ו די נקודת היהדות וואס ס'איז דא אין א אידן אט וואס פאר א איד ס'זאל ניט זיין.
במילא איז דאך דערפון פארשטאנדיק, וויבאלד אז דאס איז ביי אים זיין.. און דאס איז ביי אים דער צור מחתרתא,דער דבר נצחי, איז סוכ"ס דערפילט דאס א גוי, פאר וואס איז דאס אזוי, ווי ער זאגט אין משנה אז "יש להם חלק לעולם הבא'כל ישראל-דערפאר וואס דאס איז 'נצר מטעי; מצד דערויף וואס אידן איז"אתה בחרתנו מכל העמים; אז דער אויבערשטער האט אויסעקליבן אידן פון אלע פעלקער, און דער אויבערשטער האט דאס מודיע געווען אין וועלט, איז קיינערניט ביכולת דאס אויס צו באהאלטן און זאגן אז אידן זיינען א פאלק צווישן אלע פעלקער.
ביי גוים וועט מען דאס געוויס ניט פועל'ן, ווי מ'האט באוויזן ר"ל אין דעם צד הלא טוב, אפילו ביי א אידן איז סוכ"ס וועט דאס ביי אים אויך ארויס וואקסן, ביז דאס וועט ארויס גיין בגלוי, ביז דאס קומט ארויס אפילו אין זיינע ענינים פשוטים,
וואס דאס איז דאך דער לימוד פון פורים , אז דעמאלט איז געווען ביהודים לאבדם, אין די ביידע יודין, כאמור לעיל, האט דאס אויף געוועקט ביי אלע אידן ביי ביידע יודין סיי ביי דעם און סיי ביי דעם צווייטן, "נקהלו ועמד על נפשם, און מיט וואס איז דאס דערנאך אראפ געקומען, אז פון ביידע יודין איז געווארן איין יוד, און דאס האט זיך אויסגעדריקט אין משלוה מנות איש לרעהו און מתנות לאביונים, אז אין ענינים פון עסן און טרינקען וכל עניני העולם, איז אט דא ווייזט זיך ארויס אז ביי אידן איז דא מער ניט ווי איין יוד, וואס דאס איז דער נפש השנית היאחלק אלקה ממעל ממש.
אט דאס וואס לפי שעה איז ביי אים געווען נאך א יוד, איז דאס געווען א ענין של נסיון, און א ענין וואס איז צוגעקוכמען מבחוץ, ובלילה הי' ובלילה עבר, ווארום וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אויס געקליבן'יעקב בחר לו י-ה ישראל לנחלתו, איז דאס א זאך וואס דאס איז נקע געווארן און נטבע געווארן אין טבע פון כל איש ישראל, ווי ער זאגט אין תניא, אז ער איז זיך מתמהמה און וויל עולה זיין למעלה צו זיין מקורו ושרשו, דערפאר וואס יעדער איד פילט אוואו ס'געפינט זיך זיין מקורו ושרשו.
ס'איז דא א ווארט וואס מ'זאגט דאס פון דעם אלטן רבי'ן, אבער איך האב דאס ניט געהערט פון שווער, ווייס איך ניט צי דאס איז אזוי, אז דער אלטער רבי האט געזאגט אז א ליגן טאר מען ניט זאגן, אן אמת איז מען אבער ניט מחויב ארום גייען און שרייען פון די דעכער.
דאס איז אבער אט דער ענין אז אידן זיינען"בחרתנו מכל העמים, איז ביי די שבעים זאבים איז דאס א דבר ברור און א דבר ידוע, און זיי באהלטן דאס ניט, נאר וואס דען די חסידי אומות העולם דריקן דאס אויס אויף איין אופן, די וואס זיינען ניט אין דעם גדר דריקן זיי דאס אויס אויף אן אנדערן אופן.
דאס וואס מ'וויל דאס באהאלטן פון אידן, איז דאס אויך ללא תועלת, ווארום אידן זיינען אן עם קשי עורף, און איין מאל אז מ'האט זיי געגעבן די מתנה פון וואס דער אויבערשטער האט זיי אויס געקליבן לנחלתו, ווילן זיי ח"ו ניט אפ געבן, אפילו דעם אויבערשטן אליין ניט, און וואס נאך מערער, דאס וועט דורך נעמען זיי אויף דורך און דורך ביז אין די עשר כוחות פון נפש האלקית,ביז אין די עשר כוחות פון דעם נפש הבהמית, ביז אין בכל דרכיך באכילתו ובשתיתו ובטיולו ווי ער רעכנט אויס די אלע עניני האדם אין רמב"ם הלכות דיעות און אין טור און אין ש"ע.
און אט דאס איז אויך דער לימוד השכל במשך פון די וואכעדיקע טעג אוועק גייענדיק פון פורים, אז ניט נאר מ'טאר זיך ניט שעמען ח"ו דערמיט וואס מ'איז א איד, ניט נאר דאס העלפט ניט אז מ'רעכנט אז מ'וועט דאס קאנען אמאל אויס באהאלטן, דער פון וועמען מ'וויל דאס באהאלטן ווייס דאס, נאך איידער מ'באווייזט דעם פאספארט און איידער ער דערזעט דעם פרצוף פנים, וואס אין וואס עס דריקט זיך אויס ביי יעדערן אבער דאס איז א דבר ברור אז די בחירת הקב"ה איז דאס ניט א ענין וואס דער יצה"ר קאן דאס ח"ו אראפ רייבן אז ס'זאל ניט בלייבן ח"ו.
און נאר וואס דען מ'קאן זיך דאס אויס באהאלטן מער ניט ווי פון זיך אליין, איז מה תועלת בדבר אז ער ווייס אז סוף סוף וועט ער דאס בי זיך אויך דערפילן בגלוי, וכאמור לעיל ניט נאר אין זיינע רוחניות אין רוחנית'דיקע ענינים, נאר אויך אין די גשמיות'דיקע ענינים, און מ'האט אויף דערויף די הבטחה פון פורים, אז סוף סוף וועט דאס זיין אין אן אופן פון אורה ושמחה וששון ויקר.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 14 Adar 5720 (13 March 1960)
- Events
- Purim
- Id
- rh-d71rbpyw
Copies
Recent activity
Sources
- drive