עברית
Library

אחש"פ

אחש"פ, שיחה יט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

כה. אין איינע פון די התועדות'ן פון פסח, האט דער רבי דערציילט א מעשה פון בעס"ט, ווען ער איז געווען אין סלוצק, אין די יארן תצ"ו-תצ"ח.

אין סלוצק איז געווען דער סדר אז א טאג פאר יו"כ קסן, פלעגט מען מכריז זיין צו מנחה, אז ביינאכט זאלן אלע קומען צו תיקון חצות, און אז מארגן איז א תענית, ושביתת מלאכה.

ביינאכט, נאך תיקון חצות, האט דער מגיד געזאגט א דרסה, פאר דעם גאנצן עולם וואס האט זיך צונויפגעקליבן אין סול, אנשים נסים וטף. דער מגיד האט זיך געשטעלט אויף א מדרס פליאה: תכלית הימים הלילות, תכלית הלילות השבתות תכלית השבתות המועדים, תכלית המועדים דאס השנה, תכלית ר"ה יו"כ, תכלית יו"כ תשובה, תכלית תשובה עוה"ב. און דער מגיד האט מבאר געווען דעס מדרש בארוכה כיד ה' הטובה עליו,

דער תוכן הביאור איז: דער תכלית הימים איז די לילות אין וועלכע מען לערנט תורה, דלא איברי ליליא אלא לגירסא. פונדעסטוועגען, איז דער לערנען ביינאכט בימי החול, נאך דעם וואס מען האט אפגעארבעט דעם גאנצן טאג, ניט גענוג, און דער תכלית איז שבתות, אין וועלכע מען איז אינגאנצן פריי און מען קען זיך אפגעבן כל היום מיט תורה. תכלית השבתות המועדים, דאס איז די הארה סמאיר בכל מועד כידוע, תכלית המועדים ר"ה, די המשכת ההארה והחיות בר"ה על כל השנה

כולה. תכלית ר"ה יו"כ, וואס יעמולט איז מען אינגאנצן אויסגעטאן פון עניני עולם ודומין למלאכים, תכלית יו"כ תשובה כפשוטו, ותכלית תשובה עוה"ב אז דורך תשובה וועט מען קומען צו עוה"ב.

דער מגיד האט געזאגט די דרשה באריכות, און מבאר געווען יעדער ענין, וואס דאס האט גע'פועל'ט א התעוררות בא אלע נאספים, אז אלע צוהערערעס, אנסים נשים וטף, געו בבכי'. .

נאך דעם וואס דער גאנצער עולם איז אוועק, איז געבליבן דער רב אין שול און געזעסן און געלערנט. דער בעש"ס איז געזעסן לעבן דעם רב און געזונגען א פריילעכן ניגון. ס'איז דאך ניט קיין סדר פון הכנסת אורחים מפסיק זיין יענעס אינמיטן ניגון, האט דער צוגעווארט ביז דער בעש"ט האט געענדיקט זינגען, און דערנאך האט ער אים געגעבן שלום עליכם. דער בעש"ט האט אים געענטפערט עליכם שלום, און ווייטער געזונגען. אז דער בעש"ט האט מסיים געווען זינגען, פרעגט איס דער רב וואס איז די שמחה ? האט אים דער בעש"ט געענטפערט, פון דעם וואס נתלבנו עונותיהם של ישראל. זאגט אים דער רב, יע איר זייט גערעכט. זאגט אים דער בעס"ט, אויב אזוי לאמיר גיין א ריקוד, איז מען אוועק א ריקוד.

דער רב האט געהייסן קאצינעלנבויגן. דער נאך איז דער געווען א רב אין בריסק. איז כאטש קיין חסיד איז ער וניט געווארן, אבער פונדעסטוועגען, בשעת מען איז געקומען צו אים ער זאל חתם'נען אויפן רמ"ח וואס מען האט געלייגט אויפן בעש"ט, האט ער ניט געוואלט חתמ'נען, מצד דעם רושם

וואס דער בלש"ט האט אויף אים געמאכט יענעם יו"כ קטן אין - 86? סלוצק. .

אויף מארגן בייטאג, איז דער בעש"ט געזעסן עצבו א קבוצה יונגע לייט וועלכע זיינען געזעסן און געלערנט, ווואס צווישן זיי זיינען געווען אזעלכע וואס זיינען געווען פארנומען די גאנצע צייט אין לערנען, ביז זיי האבן גאר ניט געהערט דעם מגיד'ס דרשה. דער בעש"ט איז געזעסן לעבן זיי און געוויינט. אז זיי האבן אים געפרעגט וואס וויינט ער ? האט ער זיי געענטפערט, אז ער וויינט אויף זיי. אז זיי האבן איס געפרעגט וואס איז דא וואס צו וויינען אויף זיי, האט ער זיי געננטפערט, אויף דעס וואס זיי טרייבן ארויס דעס אויבערשטען פון זיך, דורך זייער גסות רוח, און זיי לערנען תורה און פארגעסן אויפן נותן התורה. אז דער בעס"ס האט זיי דאס מבאר געווען, האבן זיי אים געזאגט, איי איר זייט גערעכט, און דאס האט זיי זייער דערנומען. צוויי פון זיי זיינען דערנאך געווארן דעס בעס"ט'ס אידן.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Nisan 5720 (19 April 1960)
Id
rh-m9dkfqg4

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1774OFOQiPFiQcBZ2idBdNr…