תבא, ח"י אלול
תבא, ח"י אלול, שיחה ד
ה. אין דערויף גופא איז אבער פאראן צוויי ענינים. פאראן כלים פון דיבור, דעקימת שפתיו הוי מעשה, וואס שפתים איז כולל אויך די אנדערע מוצאות. דאס איז נאך אבער ניט קיין מעשה רב נאר מעשה זוטא, און דאס איז דער ענין פון ושמת בטנא, טעמים נקודות אותיות וואס דאס איז דער ענין הדיבור, ווי ער איז מסיים אין דגל מחנה אפרים, תפלתי שגורה בפי, שהתפלה הוא בדיבור. ועפי"ז יובן ג"כ וואס ער רעכנט דא ניט קיין תגין, וויילע אין תפלה איז ניט נוגע קיין תגין, כמבואר במ"א. און פאראן כלים פון מעשה, ניט קיין מעשה זוטא נאר מעשה רב. וואס דוקא דורך דעם איז מען מברר דעם ורב תבואות בכח שור.
וואס די צוויי אופני בירורים זיינען אויך תלוי צי עושין רצונו של מקום צי ניט. דענין התפלה איז דאך עבודה שבלב, דכללותה איז דאס ענין האהבה בכל לבבך בכל נפשך ובכל מאדך, דבחי' בכל מאדך איז רצונו של מקום, מקום, איז בזמן שעושין רצונו של מקום דארף ניט זיין די ירידה אין מעשה און ס'איז מספיק אויך די ירידה אין דיבור. וע"ד שהי' בימי שלמה, אז די ניצוצות זיינען נתברר געווארן בדרך ממילא, און עס האט ניט געדארפט זיין די ירידה אויך אין מעשה. וואס דאס איז דאך דער ענין פון מלאכתם נעשית ע"י אחרים. אבער בזמן שאין עושין רצונושל מקום, יעמולט דארף זיין די ירידה אויך אין מעשה, דזהו"ע הגלות שאחד מכם גולה כו' אז ניט נאר וואס ס'איז ניטא דער ועמדו זרים ורעו צאנכם, אז די זרים טועהן ניט זייער ארבעט, נאר, מען דארף טאן אויך די ארבעט פון די זרים, דזהו"ע הגלות, די התלבשות אין בחי' תחתונה ביותר. און אע"פ אז דאס איז א ירידה, איז אבער באמת דורך דעם קומט מען נאך העכער ווי דורך די ירידה אין דיבור, וכמבואר בהמשך יו"ט של ר"ה תרס"ו, די מעלה דורך מעשה המצות דוקא וואס ס'איז העכער פון דעם וואס עס ווערט נמשך למאן דדחקין במילי דחוכמתא, יגיעה בתורה. הוספות
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 18 Elul 5720 (10 September 1960)
- Events
- Ki Savo, 18 Elul
- Id
- rh-qpkq7crx
Copies
Recent activity
Sources
- drive