ליל ב' דחה"פ
ליל ב' דחה"פ, שיחה ד
דד. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין סייכות סיפור הנ"ל מיט פסח.
בשעת לידת והתגלות הבעש"ט איז געווען א זמן אין וועלכע אידן זיינען געווען בתכלית העוני והשפלות, וכידוע דער זענין פון התגלות הבעש"ט בזמן ההוא אז דאס איז ע"ד ווי די פגולה ללחוש את שמו באזניו של המתעלף בהתעלפות היותר חזקה ביז אז ס'איז ניטא קיין תרופה להקיצו נאר די סגולה הנ"ל, ועד"ז בזמן ההוא זיינען געווען אידן אין א מצב פון התעלפות, וע"י גילוי נשמת הבעש"ט וואס ער האט געהייסן מיטן שם העצם של כאו"א מישראל, דורך דעס זיינען אידן נתעורר געווארן מהתעלפותם.
דאס איז בנוגע דעם מצב פון אידן בכלל בזמן ההוא. און אויך דער ארט וואו דער בעס"ט אליין איז געבארן געווארן איז געווען במקום העוני, וכנ"ל אז ס'איז ניט געווען אין א דירה בתוך העיר נאר אין חפירות ואקאפעס.
און דוקא דאס, בריינגט די גאולה, פון דעם מיצר קומט מען למרחב העצמי, וכידוע אז הפצת מעינות תורת הבעש"ט וועט
בריינגען די גאולה העתידה בקרוב. ומדור לדור ומסנה לשנה, זינט דעם בעש"ט, ווערט מען אלץ נעענטער צו דער גאולה, דהגם שבגילוי איז דאך א חוטך אין וועלט, איז אבער די מעינות הבעש"ט האבן בפנימיות מזכך געווען און גע'פועל'ט א זיכוך. אין וועלט, וואס דערפאר איז זי איצטער ראוי לגילוי המשיח,
און דאס איז דער ענין פון די אקאפעס פון בעס"ט, שהבעש"ט ועניניו אינם פוסקים, איז פון די אקאפעס של הבעש"ט וועט מען מנצח זיין אלע מלחמות, וואס ס'איז דאך מלחמה לה' גו' מדור דור ביז לדורנו זה, איז דורך די אקאפעס של הבעש"ט והפצת מעינותיו וועט מען מנצח זיין די מלחמה, און עס וועט זיין הסם שלם והכסא סלם, וואס כסא מיינט דער הסמים כסאי והארץ הדום רגלי, וושט עס ווערן סלם, דאין סלם אלא אחד, אז אין די סמים וארץ הגסמיים וועט מאיר זיין בגילוי סלימות העצמות, אין דער גאולה העתידה, בקרוב ממס.
ה. און דאס איז אויך דער ענין פון "יחץ", אז מען צוברעכט די מצה, וחלק הגדול יניח לאפיקומן און מען דארף דאס באהאלטען בין הכרים כמבואר הטעם בכהאריז"ל, וחלק הקטן יניח בין ב' המצות. ד.ה. אז אין איין און די זעלבע מצה איז פארן דער חלק הגדול וחלק הקטן, וואס זיי זיינען צוויי ענינים הפכיים.
בכלל, זיינען דאך פראן די סלשה דברים עיקריים סבפסח, פסח, מצה, ומרור, פסח איז א ענין סל חירות, מען האט דאך גע'שחט'ן את אלהי מצרים און מען איז ניט נתפעל געווארן וואס דאס איז דאך א ענין סל חידות. אויך איז דער דין פון אכילת הפסח, אז מען דארף אים עסן דרך שמחה וגדולה, און פסח נאכל על השובע, וואס דאס איז דאך דרך אכילת העסיר, אז לאחר
וואס ווואס ער האט אפגעגעסן די סעודה און ער איז סבע, עסט ער דערנאך א מאכל ערב.
אמרור איז א ענין פון עוני ושפלות, ס איז דאך מצד וימררו את חייהם.
אין מצה איז פראן ביידע ענינים. א) מצה איז הא לחמא עניא. ב) מצה איז מצד החפזון שלא הספיק בצקת של אבותינו להחמיץ עד סנגלה עליהם ממה"מ הקב"ה וגאלם. וואס דאס איז דאך אויך דער ענין וואס דער אבן עזרא זאגט אז מצה איז לחם עבדים, וואס מען פלעגט געבן צו עבדים מצה וואס דאס איז מחליט תאות האכילה, ולאידך גיסא, איז דאך מצה מיכלא דמהימנותא מיכלא דאסוותא.
דאס איז דאך צוויי הפכיים וואס אין מצה בכלל. אבער ווואס נאך מערער פלא איז, וואס מען געפינט די צוויי הפכים אין איין מצה גופא, אין דער מצה פון יתן, וואס אויקן חלק הקטן זאגט מען הא לחמא עניא און חלק הגדול יניח לאפיקומן, זכר לפסח, תכלית העסירות.
נאך מערער איז ניט מובן, בהקדים וואס יחץ איז פאר מגיד. ד.ה. אז די אמירת ההגדה איז נאר אויפן חלק הקטן און ניט אויפן חלק הגדול, וואס דערפאר איז צו ערשט צו ברעכט מען די מצה און חלק הגדול יניח לאפיקומן, און נאך דעם וואס דעס חלק הגדול באהאלט מען, ערשט יעמולט זאגט מען די הגדה אויפן חלק הקטן דוקא.
דלכאורה, האט געדארפט זיין דער סדר אז יחץ זאל זיין דערנאך, ד.ה. אז די הגדה זאל מען זאגן אויפן חלק הגדול, ווארום אמירת ההגדה ענינה סיפור ביצי"מ וואס דאם
ש? איז חירות, איז דאך דאס שייך צום חלק הגדול, שעונין עליו אלל? דברים הרבה. פון דעם וואס יחץ איז פאר מגיד, זעט מען דערפון, אז דער חלק הגדול שלאפיקומן איז העכער ומושלל ניט נאר פון לחמא עניא, נאר אויך פון סיפור ביצי"מ. וטעם הדבר, וויילע אפיקומען איז פארבונדן מיט דער גאולה העתידה כידוע, וואס זי איז העכער אויך פון יצי"מ, ווארום יצי"מ איז ניט געווען קיין גאולה שלימה, משא"כ די גאולה העתידה וועט זיין א גאולה שלימה, וואס דערפאר איז לעתיד וועט מען דערמאנען יצי"מ נאר בדרך טפל. און דערפאר איז יחץ פאר מגיד, ווארום ניט נאר דער עונין עליו דברים הרבה איז באי"ע צו די אמת'ע עסירות, וואס. איז מרומז אין אפיקומן.
ועפי"ז יוקסה ביותר, וואס מיד זעהן צוויי הפכיים אין דער זעלבער מצה גופא, אז אין דער זעלבער מצה אויף וועלכע מען זאגט הא לחמא עניא די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים, תכלית הקטנות, וואס דאס איז ענין חלק הקטן, איז פון די זעלבע מצה גופא נעמט מען דעם חלק הגדול, שמרמז על גאולה העתידה, תכלית הגדלות?
דאך הענין כנ"ל, אז מן המיצר דוקא קומט מען צום מרחב העצמי. דערפאר איז אין דער מצה אויף וועלכע מען זאגט הא לחמא עניא, פון דארטען נעמט מען ארוים אויך דעם חלק הגדול.
נאר אזוי ווי דערוויילע איז דאך די גאולה העתידה בהעלם, און איצטער דערציילט מען בעיקר מערניט ווי יציאת מצרים, דערפאר איז דעס חלק הגדול דארף מען באהאלטען בין הכרים, ווארום דערוויילע איז דאס נאך בהעלם, אבער דאס האט מען שוין אין תכלית הקטנות, אז מען האט שוין איצטער תכלית
הגדלות אין דער גאולה העתידה, במהרה בימינו.
ו. די ערשטע פיסקא וועלכע מען הייבט אן צו זאגן נאך "מגיד" (וואס דא קומט שוין צו אויך דער צווייטער ענין וואס דער אריז"ל זאגט, אז אמירת ההגדה זאל זיין בקול גדול בשמחה רבה ובכוונה) איז: הא לחמא עניא כו'. וואס די פיסקא האט מען מתקן געווען בלשון ארמי בכדי אז אויך נסים וקטנים זאלן עס פארשטיין.
אין דער פיסקא זאגט ער דא דריי ענינים, וואס לכאורה האבן זיי ניט קיין קיסור צווישן זיך. איין ענין זאגט ער: הא לחמא עניא כו'. נאך א ענין זאגט ער: כל דכפין כו', און נאך א ענין - השתא הכא לסנה הבאה כו'.
פראן נגלה ספרים וואס ווילן מבאר זיין דעם קישור אפון ערשטען ענין מיטן צווייטען, עפ"י מה דאיתא בגמרא (ב"מ...) הסוכר את הפועלים דארף ער זיי געבן מזון. איז וויבאלד ס'איז אידן בני אברהם יצחק ויעקב וואס זי זיינען בני מלכים, איז פראן א דיעה אז אפילו אויב ער וועט זיי געבען כסעודת שלמה בשעתו איז ער אלץ ניט יוצא, דערפאר איז די איינציקע עצה וואס ער האט, צו מתנה זיין פריער אז ער וועט זיי ניט געבן מערער ווי פת וקטנית. די זעלגע זאך בענינינו וויבאלד אז ער גייט מזמין זיין אידן, כל דכפין ייתי ויכול כו', איז כאטש אז יענער שסייס אין אזא מצב אז אפילו נאך דעם וואס ס'איז דא מעות חטים האט ער נאך ניט קיין צרכי הפסח, איז דאס איז יענעמס ענין, אבער בנוגע צו אים, וויבאלד ער גייט מזמין זיין בני מלכים, איז וויפל ער וועט געבן, וועט זיין אלץ ווייניק, דערפאר באווארענט דער פריער, הא לחמא עניא, און ער איז זיין מזמין אויף די לחם.
דער ביאור איז אבער ניט מבאר, נאך וואס דארף מען זאגן די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים, דלפי הנ"ל וואלט געווען גענוג ער זאל זאגן הא לחמא עניא?
בנוגע דעם קישור פון צווייטען ענין מיטן דריטן ענין איז פראן ספרים וואס ווילן מבאר זיין אז די שייכות פון די ביידע ענינים איז עפ"י מהמר רז"ל גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה. דאס איז אבער אויך ניט מספיק, דלפי"ז נאך וואס דארף ער זאגן צוויי בבות צ) תשסא הכא לשנה הבאה בארעאה דישראל ב) השתא עברין לשנה הבאה בני חורין, עם וואלט דאך מספיק געווען ער זאל זאגן איינעם פון זיי, ועכ"פ האט ער דאך געקענט כולל זיין ביידע צוזאמען אין איין בבא, השתא הכא ועבדין לשנה הבאה בארעא דישראל ובני חורין, און נאך וואס דארף ער זאגן צוויי בבות?
וועט מען עס פארשטיין בפנימיות הענינים, בהקדים מרז"ל ע"פ מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל, אז דאס וואס דער אויבערשטער הייסט טאן אי ז טוט ער דאס אליין, ועפי"ז איז די גאנצע פיסקא הא לחמא עניא זאגט דאס דער אויבערסטער, ווארום אויך בא אים איז דא דער ענין הגלות והגאולה, כמ"ש בכל צרתם לו צר, און אזוי אויך בנוגע די גאולה שטייט דאך קרובה יסועתי לבוא, און אזוי אויך אנכי ארד עמך מצרימה ואנכי אעלך גם עלה.
אין די ווערטער "הא לחמא עניא די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים", איז ער מבאר דעם גלות סלמעלה, ווי דער אויבערשטער איז כבי' אין גלות, און דאס מיינט וואס אלקות איז בהעלם והסתר, אז ס איז ניטא קיין הבנה והשגה וידיעה
אין אלקות אין אלקות, וכפירוש כ"ק מו"ח אדמו"ר די אכלו אבהתנא - אז מען האט אויפגעגעסען די מוחין ביז אז ס'איז געווען רעכט אז פרעה זאל זאגן לא ידעתי את הוי', ער ווים גארניט לגמרי פון אלקות און דער גאנצער ארום האט מסכים געווען מיט אים.
איז אין דעם גודל הגלות, זאגט דער אויבערשטער צו יעדער אידן, כל דכפין ייתי ויכול. ד.ה. אז יעדער איינער, ווער ס איז נאר רעב, וועט מען אים געבן אלץ וואס ער דארף אויף לרוות את רעבונו. נאך מערער - כל דצריך ייתי ויפסח, ניט נאר די ענינים וואס אן זיי איז ער רעב, נאר אויך עסירות, ביז אפילו סוס לרכוב עליו, וואס דאס מיינט ייתי ויפסח, דענין הפסח הוא תכלית העשירות ומרחב כנ"ל.
אובשעת, אז דער אויבערשטער גיט אידן אלץ צו וואס זיי זיינען רעב, במילא ווערט דאך שוין בא זיי א גרעסערע הסגה מאנען זיי מען זאל זיי געבן כל דצריך און מען גיט זיי אויך דאס. .
איז כאטס אז הסתא הכא, אבער ע"י הנ"ל איז לשנה הבאה בארעא דיסראל, ווארום בנות ישראל נאות הן אלא שענייתן מנוולתן, איז מצד העניות איז השתא הכא, חוץ לארץ ישראל שרצתה לעשות רצון קונה, בשעת אבער אז עס וועט אראפ- גיין די עניות בגשמיות און די עניות בדעת איז דאך כולך יפה רעיתי מום אין בך, אז מען איז גאנץ אין די רמ"ח אברים דורך קיום דמ"ח מ"ע און אין די שס"ה גידים דורך קיום שס"ה ל"ת, ובמילא איז דאך דער רצון אין אלקות - ארעא דישראל.
און דאס בריינגט אז לשנה הבאה בני תורין, ווארום בסעת אז דער רצון איז אין אלקות, ווערט דאך א דור שכולו
זכאי, ובמילא איז לסנה הבאה בני חורין אין דער גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממס.
ז. מעשה ברבי אליעזר כו' ורבי עקיבא.
מען האט שוין אמאל גערעדט אז יעדער נאמען וואס ער. בריינגט דא קען מען אפלערנען א הלכה אין גליא דתורה און א הלכה און הוראה בעבודה.
ים איז פראן א חקירה צי א גר איז מחוייב לספר ביצי"ם, ווארום כאטס אז אין אלע ענינים קען ער זאגן לאבותינו, איז דאס איז דאך ווי דער רמב"ם איז מבאר וויילע: אברהם איז אב לגרים כמ"ש ואת הנפש אשר עשו בחרן, משא"כ דער ענין הגלות וואס דאם האט זיך דאך אנגעהייבן פון יצחק'ן כי גר יהי' זרעך בארץ לא להם, במילא איז א שאלה צי גרים האבן א סייכות צו דעם.
דער אור החיים זאגט אז אויך גרים זיינען מחוייב לספר ביצי"מ, און ער לערנט דאס אפ מהפסוק וכי יגור אתך גר, ט אבער פון דעם פסוק אליין האט מען געקענט לערנען אויך אנדערע פירוסים, פון דעם אבער וואס ר"ע וואס האט געשטאמט: פון גרים סיפר ביצי"ם, ביז אז ער האט מקיים געווען ניט נאר דעם דין אליין נאר אויך דעם הידור בזה, שסיפר ביצי"מ אכל הלילה, זעט מען דאך אז ר"ע האט אויך אנגענומען דעם לימוד הנ"ל אז גרים זיינען מחוייב לספר ביצי"ם. ח, נאך א ענין אין דעס:
תוספות בריינגט פון מסכתות חיצוניות אז ר"ע איז נענש געווארן אויף דעם וואס ער האט זיך פארנומען מיט א מת מצוה און נתבטל מתלמוד תורה. וואס פון דעם זעט מען דאך
יג - גודל גודל מעלת לימוד התורה דר"ע, ביז אפילו מת מצוה שדוחה כל התורה איז זיין תורה געשטאנען אויך העכער פון דעם. און אעפ"כ איז אכילו ר"ע איז געזעסן א גאנצע נאכט וסיפר ביצי"מ, ווואס פון דעם זעט מען גודל מעלות הסיפור ביצי"ט.
די הוראה מהנ"ל אין עבודה איז: .
יעדער איינער דארף דאך לברר את חלקו בעולם, איז די ניצוצות וועלכע געפינען זיך בחלקו בעולם זיינען א מת מצוה שאין לה עוסקים, קיין אנדערער וועט זיי ניט מברר זיין א ווארום זיי זיינען שייך צו אים, און אעפ"כ איז דא דער ענין התורה וואס שטייט נאך העכער פון בירור הניצוצות, וכמבואר בתניא מעלת התורה על מעלת הבירורים. וואס אזוי איז דאך אויך דער דין, דמי שתורתו אומנתו פטור מהמצות. מצד דעם דין אבער איז דאך דא א חילוק פון מצות שאפשר לעשותם ע"י אחרים צו מצות שא"א לעשותם ע"י אחרים, איז אבער מענין הנ"ל דר"ע זעט מען א מעלה אין תורה אכילו לגבי די מצות שא"א לששותם ע"י אחרים. וועט מען עם פארשטיין עפ"י המבואר בלקו"ת בענין רשב"י בהיותו במערה וואס ער האט דארטן ניט מקיים געווען קיין מצות בגסמיות, פריער איידער ער איז געווען אין מערה איז הגם שהי' תורתו אומנתו מ"מ האט ער מקיים געווען מצות לולב וכו', משא"כ בהיותו במערה האט ער גארניט מקיים געווען קיין מצות בגשמיות, איז כאטש אז אין פשטות איז דאם מצד שהי' אנום, אבער אונם כמאן דעביד לא אמרינן, איז ער מבאר אין לקו"ח אז ער איז געווען מעלמא דאתכסיא, בחי' לויתן, און ער האט מקיים געווען די מצות ברוחניות, און די ניצוצות סבדברים הגשמיים נתבררו בדרך ממילא ע"י לימוד תורתו, וע"ד שהי' בימי שלמה שהביאו אליו את הניצוצות מכל הארצות ע"י לימוד תורתו,
ז 255 - ועד"ז איז אויך געווען תורה דר"ע.
זאגט מען אויף דעם, אז סיפור ביצי"ם איז נאך העכער, ווארום מעלת הנשמה איז העכער אויך פון תורה, וגילוי הנשמה איז דורך סיפור ביצי"מ, דורך דעם וואס מען גייט ארויס פון די מצרים וגבולים דורך דעם ווערט נתגלה די נשמה, ביז מען קומט צו הגיע זמן ק"ש של שחרית, בחי' למסור נפשו באחד, . תכלית ההתאחדות מיט אלקות סמצד עצם הנשמה,
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Nisan 5720 (12 April 1960)
- Events
- Pesach, night 2
- Id
- rh-0xyszn9a
Copies
Recent activity
Sources
- drive