בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח
בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה ו
ו. ביאור מעלת התפלה על התורה, וועט מען פארשטיין, אז דאס איז ע"ד המבואר אז אין כללות ההנהגה בעולמות איז פראן צוויי אופנים, הנהגה ניסית והנהגה טבעית, הנהגה ניסית איז שידוד מערכות הטבע, וואס אין דעם זעהט זיך גדולת הבורא בענין הבל"ג שלמעלה מהגבלת הטבע, אין הנהגה טבעית אבער איז דא די מעלה אז אע"פ ס' איז דאך טבע, שהטבע היא מוגבלת, מ"ט זעט זיך אן אין דעם דער בל"ג אין וואס די הנהגה איז בתמידות, אן שינויים. וואס דאס טוט זיך אויף ע"י התפלה, און ווי מען זאגט אין תפלה, המחדש בטובו בכל יום תמיד מע"ב, אז דער אויבערשטער איז מחדש בכל יום און גיט אריין דעם "תמיד" אין מע"ב, אז אע"פ אז מע"ב איז טבע והגבלה פונדעסטוועגען איז אין דעם דער "תמיד".
און דאס איז די מעלה בתפלה על תורה, ווארום תורה
איז דאך איז דאך המשכה מלמעלה, חכמתו של הקב"ה, איז אמת טאקע אז דאס איז העכער פון וועלט, חיי עולם ובל"ג, דאס איז אבער אקיין פלא ניט, ואע"פ אז אויף תורה שטייט דאך אויך ואהי' שעשועים יום יום, ד.ה. אז אויך ווי זי איז אין יום יום, וואס דאס איז גדר הזמן, איז אין דעם פראן דער שעשועי המלך בעצמותו, איז דאך דאס אויך כאילו חיבור ב' הפכים, אבער וויבאלד אז תורה איז דאך המשכה מלמעלה, איז דאס ניט אזא פלא.
משא"כ בתפלה, וואס ס'איז דאך א ענין פון מטה, און אין דעם טוט מען אויף לבד דעם ענין פון לרפאות החולים וכו' וואס דאס איז שינוי הטבע, לבד זאת, טוט מען אויך אויף דעם המחדש בטובו בכל יום תמיד מע"ב, איז דאס איז דאך חיבור ב' הפכים אין דעם מטה גופא, וע"ד מקום הארון אינו מן המדה, אז אין מטה גופא איז געווען דער חיבור ב' הפכים, דאע"פ אז אמתים וחצי אמה וחצי אמה וחצי מ"מ איז דאס געווען אינו מן המדה - בלי גבול.
אעפ"כ מי שתורתו אומנתו פטור מן התפלה, וויילע בשעת אז תורתו אומנתו, ד.ה. אז ניט נאר מצד התורה עצמה נאר דאס איז אויך זיין אומנות, וואס ער איז דאך א נברא ומוגבל, ומ"מ איז תורתו אומנתו באופן בלתי מוגבל, יעמולט איז דאך אויך אין תורה פראן דער חיבור ב' הפכים, גבול ובל"ג, און דערפאר איז פטור מהתפלה, ווארום יעמולט איז אין דעם דא ביידע מעלות, סיי די מעלת התפלה און אויך די מעלה פון חיי עולם.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
- Id
- rh-j9s1j2rx
Copies
Recent activity
Sources
- drive