עברית
Library

ליל שמח"ת, לפני הקפות

ליל שמח"ת, לפני הקפות, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ז. מצד דעם כלל פון מעלין בקודש, איז דאך מובן אז וויבאלד די שמחה דשמע"צ וסמח"ת קומט נאך די שמחה דסוכות ובית השואבה, דמי שלא ראה שמחת בית השדאבה לא ראה שמחה מימיו, איז מצד דעם כלל פון מעלין בקודש, איז דאך מובן אז בשמח"ת דארף זיין נאך א גרעסערע שמחה.

קען מען דאך אבער פרעגן אויף דעם, וויבאלד אז די שמחה דשמחת בית השואבה איז געווען נאר צו חסידים ואנשי מעשה, איז אמת טאקע אז מעלין בקודש, וויבאלד אז צו שאר העם איז בא זיי די שמחה פון בית השואבה ניטא, מער ניט די שמחה אזוי ווי יעדער יו"ט, מועדים לשמחה, איז דאך גענוג אז בשמח"ת זאל מען מוסיף זיין אויף שמחת יו"ט אבער ניט אויף די שמחה יתירה שבסוכות?

אמנם באמת, איז אפילו בא שאר העם, אויך די שמחה דסוכות מערער ווי סמחת כל יו"ט, ווארום לבד שמחת בית

השואבה איז מצד סוכות אליין אויך דא א שמחה יתירה מבכל יו"ט, ווארום אויב מען וועט זאגן אז דאס איז די זעלבע שמחה, וועט זיין קשה כמה קושיות?

א) דער רמב"ם בסוף הל' לולב זאגט: אע"פ שכל המועדות מצוה לשמוח בהן, בחג הסוכות היתה במקדש יום שמחה יתירה שנאמר ושמחתם לפני ה"א שבעת ימים, איז וויבאלד ער בריינגט דעם פסוק ושמחתם גו' און ניט דעם פסוק ושאבתם גו' איז דאך א ראי' אז דאס איז מצד עצם ענין פון סוכות.

ואין לומר, אז באמת מיינט דאס דער רמב"ם ענין שמחת בית השואבה, ווי ער איז מבאר ווייטער, און דאס וואס ער בריינגט א אנדער פסוק, ניט דעם פסוק וואס די גמרא בריינגט, איז דאס ווי מען געפינט אין נאך כמה מקומות ברמב"ם אז ער בריינגט אמאל א אנדער פסוק ליופי הלשון כמ"ש המפרשים, איז דאם אבער שייך מער ניט ווען פון יענעם פסוק איז קיין סתירה ניט, משא"כ דא, איז אין פסוק שטייט שבעת ימים, ושמחת ביה"ש הייבט זיך אן ממוצאי יו"ט (כמ"ט הרמב"ם שם), וועט ער דאך ניט בריינגען א אנדער פסוק בשעת ער איז סותר לדבריו, ומוכרח, אז דאס איז א ארדער שמחה.

ב) ידוע כלל הט"ז שאין כח ביד חכמים לאסור דבר שמבפורש בתורה להיתר, היינט מכ"ש בנדו"ד, שמפורש בתורה ניט נאר להיתר נאר למצוה, ושמחתם גו' שבעת ימים, היינט ווי אזוי האבן די חכמים געמאכט א איסור לשמוח ביו"ט ובשבת?

ג) בירושלמי זאגט ער אז די שמחה איז שמחת שלמים ושמחת לולב, וואס דאס איז דאך בכל יום, היינט פארוואס

איז שמחת ביה"ש מער ניט ווי ה' ימים ?

ד) אויך אין סדר ההלכות של הרמב"ם אינו מובן (וואס ס'איז דאך ידוע אז אויך פון סדר הרמב"ם קען מען אפלערנען כמה וכמה הלכות), וסדרו: פריער זאגט ער אז ס'איז געווען א שמחה יתירה, דערנאך ווער עס האט זיך משתתף געווען אין דעם, ולכאורה, האט ער דאך דעם סדר ואופן השמחה געדארפט זאגן באלד נאך דעס וואס ער זאגט אז ס'איז געווען א שמחה יחירה, דארף ער באלד מבאר זיין אופנה, אין וואס ס'איז באשטאנען די שמחה יתידה, און ערשט דערנאך דעם זמן און ווער ס'איז מצווה אין דעם?

ומצר כל זה מוכרח לומר, אף שזה חידוש גדול, אז די שמחה יתידה דסוכות מיט שמחת ביה"ש, זיינען צוויי באזונדערע ענינים, די שמחה יתירה דסוכות איז מצד דעם פסוק ושמחתם גו' שבעת ימים, און דאם איז טאקע אלע זיבן טעג, און די שמחה רופט ער אן אין ירושלמי שמחת לולב, .. ווארום ושמחתם שטייט באלד נאך ולקחתם גו', און די שמחת ביה"ש הייבט זיך אן ממוצאי יו"ט, ואינה דוחה לא את השבת ולא את היו"ט.

און דאס איז אויך סדר הרמב"ס, פריער זאגט ער די שמחה יתירה, וואס דאס איז די שמחה פון סכנות אליין שהיא יתירה משמחת כל המועדות, דערנאך רעדט ער כיצד, ווואס דאס הייבט ער אן מבאר זיין די גרעסערע שמחה והיא שמחת בית השואבה, און די ערשטע זאך איז ער מבאר סדר ואופן שמתה זו, און דערנאך איז ער מבאר זמנה, שאינה דוחה את השבת ואת היו"ט, און דערנאך ווער ס איז מצווה אין דעם

- י -ונמצא,

ונמצא, אז די הגבלה פון חסידים ואנשי מעשה דוקא איז נאר אין שמחת בית השואבה און ניט אין שמחה יתירה דסוכות, קומט דאך אויס אז יעדער איינער מצד מעלין בקודט דארף מוסיף זיין שמחה בשמח"ת אויף די שמחה יתירה דסוכות.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Tishrei 5720 (24 October 1959)
Id
rh-t3f3fags

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1yoQHl0pDVzB9t4DvaIh_5m…