י"ט כסלו
י"ט כסלו, שיחה י
יא. מ'האט דאך גערעדט פריער אנטקעגן די צוויי הונדערטיאר פון דעם אלטן רבי'נס חתונה, וואס באלד נאך דעם האט ער גענומען דעם נדן און האט דאס גענוצט אויף באזעצן אידן אין א ענין של פרנסה, און דאס איז געווען דער תנאי קודם אויף אריינגיין אין א סדר חיים, וואס זי איז פארבונדן מיט עבודה בעולם לאחרי התקופה פון "נפשי חשקה בתורה", און ער וועט ניט קיין שייכות האבן צו קיינע ענינים.
בשעת דער רבי האט דאס דערציילט און פארשריבן, איז אויך דארטן צוגעשריבן אז דאס איז געווען בהסכמתה המלאה פון זוגתו הרבנית - פון דער פרוי.
וואס לכאורה (ווי גערעדט פריער) בשעת מ'דערציילט סיפנרים,און דאס טוט אזא מין וואס ער איז מורה-דרך, איז אין דעם פרטי הסיפור וואס ער האט מוסיף געווען איז אויכעט דא א הוראה, איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז אויך אין דערויף איז אויכעט דא א הוראה.
וואס אט דאס וואס ס'פארליינגט זיך אז ס'זאל זיין דער סדר ווי ע"פ תורה, און ווי חסידות איז דאס מבאר און באלייכט דאס און איז דאס מאיר, דער "עזב תעזב עמו" - מיטן גוף צוזאמען, איז אט דאס דארף זיין בהסכמתה המלאה פון דער עקרת הבית.
וואס לכאורה איז אין דערויף איז דאך דא דער סדר פון מטיל אימה בבית, וואס דעמולט איז דאס ניט די הסכמה מלאה,נאר דעמולט איז דאס א ציווי און מ'איז ממלא די פקודה.
איז דער ענין טוט זיך אפ - וויבאלד אבער אז דוקא תורה איז "דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום" און ווי גערעדט פריער דער פסק הרמב"ם אז כל התורה לא ניתנה נאר צוליב שלום, איז דאך ניט מספיק אז ס'זאל זיין דער פדה נפשי סתם, נאר ס'דארף זיין לאחרי וואס מ'גייט-דורך די אלע דרגות איז דער שלימות איז אז ס'איז דא דער פדה נפשי ובשלום דוקא.
וואס "בשלום" איז - בשעת ס'איז דא דער הסכם פון ביידע צדדים. נצחון איז גענוג אז איין צד וויל, דער צד הגבור, וואס דער חלש וויל איז קיין אונטערשייד ניט ווארום מ'האט מנצח געווען, אין שלום אבער אז ס'זאל זיין אז שני הצדדים זיינען מסכימים.
בשעת חסידות איז נאך מוסיף בזה אז דאס איז א ענין פון פנימיות התורה,און דער תכלית פון פנימיות התורה אז דאס זאל דורכדרינגען נגלה דתורה,און דערנאך זאל - י"ט כסלו תש"כ - דאס דורכדרינגען וועלט, ביז וואנעט אז וועלט זאל ווערן א משכן לו ית', וואס דער ביהמ"ק איז ענינו איז געווען פנים ולא חוץ, איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז שלום אליין איז ניט מספיק, ס'דארף זיין דער אופן פון שלום מצד א פנימיות ניט אויבנאויפיק נאר אין אזא מין וועג אז ס'זאל ניט בלייבן קיין אחיזה און קיין מחלוקת לאחרי זה.
און וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס ווערט פארליינגט - איז ווי גערעדט פריער אז אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו - קען מען דאס אויספירן.
וואס דערפאר האט מען גערעדט אז דער תכלית העבודה איז ניט נאר "ואהבת" בכל לבבך אליין, וואס לבבך איז דאך שוין בשני יצריך, במילא טוט דאך דער יצה"ר אויכעט, איז וואס איז דא נאך מוסיף דער "בכל מאודך" - בשעת ס'איז אבער דא, ווי ער איז מבאר אין שער התפלה (אין פדה בשלום פון מיטעלן רבי'ן), אז די עבודה פון "בכל מאודך" טוט אויף אז דער יצה"ר און דער נפה"ב ווערט כולו טוב, איז דעמולט ניט נאר ער טוט דערפאר וואס מ'הייסט עם טאן אדער ווייל מ'איז עם מכריח טאן - נאר ס'איז דער "בכל מאודך" אז זיין רצון און זיין עונג מצ"ע איז אויכעט טאן אט דעם ענין.
און אט דאס איז די הוראה פון דעם סיפור: וואס אזוי איז דאך דער טבע האדם אז דער נדן קומט דאך מבית האב, במילא דארף דאך פילן די זוגתו די עקרת הבית אז זי האט דערצו א גרעסערער שייכות ווי (דער חתן ווי) דער בעל, במילא דארף דאך איר נאך ביינק טאן מערער אוועקגעבן דאס אינגאנצן פאר אנאנדערן - איז די הוראה בזה, וואס שמץ מנהו קען דאס יעדערער אויספירן, אז ניט נאר מ'דארף האבן א געשמאק אין טאן א טובה א אידן אליין, נאר ס'דארף זיין בהסכמתו המלאה פון דעם גוף ונפה"ב.
און דערנאך ווי דאס קומט אראפ נאך אין וועלט און ווייטער, איז בשעת דאס שטעלט זיך אוועק אין א סדר פון חיים מאושרים פון איש וביתו, וואס דעמולט איז דאך "שמחה שרוי' ביניהם", און דערפאר וואס "שכינה שרוי' ביניהם", איז אט דעמולט דארף דאך זיין ווי דער סיפור וואס דער רבי האט דערציילט פון דעם אלטן רבי'ן, אז מ'האט גענומען דעם גאנצן נדן, וואס דאס איז דאך "מכל אשר לאבינו עשה את כל החיל הזה" און מ'גיט דאס אפ כדי צו טאן א טובה א אידן, און אין וואס פאר אן אופן - אז מ'האט אין דערויף א געשמאק.
און אט דאס איז אויכעט וואס ס'איז דא נאך א ווארט וואס דער רבי האט דערציילט ביי א פארבריינגען אויך פון י"ט כסלו אויף "משביעין אותו", האט ער געזאגט אז "משביעים אותו" גייט דאס אויפן וולד, און די גמרא איז דאך מוסיף אז דאס גייט אויפן וולד נאך קודם שנולד, במילא איז דאך אין פירוש הפשוט ניט שייך אויף עם. קיין ציווי, איז אויף וועמען גייט דער "משביעים אותו", גייט דאס אויף הורי הוולד אז זיי דארפן זיך פירן (די עלטערן) אין אזא מין אופן אז דער וולד שנולד זאל זיין אין אן אופן אז ביי עם זאל זיין די תשוקה וחשק פון תהי צדיק ואל תהי רשע.
וואס בעיקר אט די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט לידת ולד היינגט זיך דאך אן אויף דער אשה - עקרת הבית.
אין דעם טייטש פון "משביעים אותו" איז דאך, ווי גערעדט פריער, דער טייטש פון משובע בכל טוב, אז מ'איז ממשיך א רוב טוב צו דעם וואס דארף מקיים זיין די שבועה, איז וויבאלד אז ביי איר קומט דאס אן שווערער און פון איר ווערט מערער פארלאנגט, איז דערפון פארשטאנדיק אז מ'איז ממשיך מערער טוב אויף קענען דורכפירן אט די שליחות אויף אויפבויען די הויז, און האבן קינדער אז זיי זאלן וויסן אז זייער ענין איז "תהי צדיק ואל תהי רשע" - גיט מען זיי א תוספת סיוע און א תוספת כח און א תוספת ברכה והצלחה, ביז וואנעט אז ביי זיי איז דער מושבע בכל טוב מערער ווי ס'איז דא ביי דעם בעל הבית.
וואס דאס איז אויכעט וואס מ'האט גערעדט אין דעם פריערדיקן מאמר אנטקעגן "ויהיו חיי שרה" וואס דערנאך איז ער מסיים "שני חיי שרה" אז דוקא שרה איז נחתת למצרים וסלקת וואס דערפאר איז ביי איר געווען "חיי שעה", פריער חיים אילעין און דערנאך חיים דילה זאגט מען אז אברהם איז אויכעט נחית למצרים און אויכעט סלק, ואדרבה ווי ער איז מפרש אין זהר אין דעם מאמר אז פארוואס ביי שרה האט געקענט זיין סלקת דערפאר וואס זי איז געווען אשת אברהם און מיטן כח פון אברהם, איז פון דער פועל איז געווען אז "כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה", דערפאר וואס אין נביאות איז זי געווען גרעסער, וואס נביאות איז דאס א ענין פון הפשטת הגשמיות, ווי דער - י"ט כסלו תש"כ - רבי זאגט אין סוף פון תניא, וואס הפשטת הגשמיות איז דאס שווערער אויספירן ביי אן אשה - ביים גוף ונפה"ב... ווי מ'קען דאס אויס צו פירן ביי דעם נפה"א, און פונדעסטוועגן זאגט מען אז דוקא מצד דערויף איז "לפום צערא אגרא", איר קומט דאס אן שווערער דערפאר קען זי דערגרייכן אין א העכערע דרגא ביז וואנעט אז מ'זאגט אברהם'ן אז ס'זאל זיין דער "שמע בקולה" דערפאר וואס זי איז "גדולה בנביאות".
וואס אזוי איז דאך אויכעט בנוגע איצטער אז ס'שטייט דאך אז די דרא דעקתבא דמשיחא איז דאס א גלגול פון דער דור העגל, וואס די נשים איז לא נתנו נזמיהם לעגל, משא"כ ביי אנשים איז געווען דער סדר הפוך, וואס דערפאר איז ת"ח שבדור דעקבתא דמשיחא נשמעים לנשותיהם. .
בשעת ס'איז דא די הנהגה כדבעי בתוך הבית, איז דעמולט ניט,נאר מ'האט ניט קיין שטער פון די עקרת הבית און ניט נאר ס'איז דא דער הסכם בלית-ברירה און ניט נאר ס'איז דא דער הסכם מהיכי תיתי - נאר ס'איז דא דער הסכם אין אן אופן ווי מ'זאגט "ובכל מאודך" אז אויף וועמען זאגט מען אז ס'איז דא דער "פדה בשלום", איז דאס דוקא אויף נפשו אויף מלכות וואס דאס איז די מדריגה הכי תחתונה, איז זי דערגרייכט אין דרגא פון יחידה ניט אזוי אין די מדריגות שבינתיים.
וואס אט אזוי איז אויכעט איז דוקא אט די וואס זיינען בונים את בית ישראל איז דאך דאס שרה רבקה רחל ולאה, און אזוי בנות ישראל הכשרות שבכל דור ודור וואס אויף זיי זאגט ער דאך אין מגילת רות אז דאס וועט זיין כרחל ולאה אשר בנו את ביתם, און דערנאך איז דערפון געווארן אז ואלה תולדות ביז ס'איז געווארן דוד, וואס דאס איז דוד מלכי מלך עליהם לעולם, מלכא משיחא שיבא במהרה בימינו.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 19 Kislev 5720 (20 December 1959)
- Events
- 19 Kislev
- Id
- rh-2dgvfj0b
Copies
Recent activity
Sources
- drive