עברית
Library

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה יג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

טז. וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס עס האט אמאל געטראפען מיטן בעל שם טוב וואס ער האט פארלאנגט פון דעם אויבערשטען אז ער זאל בענטשן א אידן וואס יענער איז ניט ווערד געווען אז ער זאל באקומען די ברכה. וויבאלד אבער אז דער בעל שם טוב האט דאס פארלאנגט זייער שטארק און פון דער טיפעניש פון זיין נשמה, האט מען אים נאכגע- געבן זיין בקשה. ס'האט אים אבער באלד געזאגט אז וויסענ- דיג אז דער מענטש איז דאס ניט ווערט און ער האט דאס פונדעסטוועגן פארלאנגט, אנדערש ווי דער סדר פון וועלט, איז.דערפאר באשטראפט מען אים - דעם בעל שם טוב - אז ער זאל ניט האבן קיין עולם הבא. האט דער בעל שם טוב אויף דעם געענטפערט אז איצטער איז ער צופרידן, וויבאלד אז ער וויים אז קיין עולם הבא האט ער ניט וועט ער איצטער קענען דינען דעם אויבערשטען מער ניט ווי צוליב דעם אויבערשטענס וועגן, כדי צו פארשאפן א פערגעניגען דעם אויבערשטען, וואס דאס איז א סאך א העכערע זאך ווי דער פערגעניגען וואס עס האט א מענטש.

און בשעת מ'גייט אין דעס וועג אז מ'וויל זיך אויפפירן כדי צו פארשאפן א פערגעניגן דעם אויבערשטען, וואס דער אויבערשטער איז דא אומעטום, איז דערפון פארשטאנדיג אז אין וועלכען ארט ס'געפינט זיך ניט, האט

מען אלעמאל א מעגליכקייט צו טאן דארטן אויף צו פארשאפן א פערגענגיען דעס אויבערשטען, צו דאס איז אין א ישיבה, צו אין א קעמפ צו אין א פעלד אדער וואלד, וויבאלד אז דארט איז דא דער אויבערשטער, קען מען געפינען א זאך מיט וועלכן צו פארשאפען דעס אויבערשטען א פערגעניגען.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
Id
rh-3bbbhgvn

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1jK6VPqukuvMHY09gvtRj-H…