עברית
Library

י"ב תמוז

י"ב תמוז, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ו. מ'זאגט אויף דאס וואס דער מדרש אויף "מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו", אז דאס איז"משל למלך וואס דצה לבנות מדינה" ביז וואנעט ער. האט דערזען א צור גדול און דארטן האט ער געקענט אויפבויען די מדינה, איז דאך וויבאלד אז מ'דערציילט דאס צו אדם - אדמה לעליון צו בני אדם דא למטה, איז די משמעות אז דאס איז אויך אזוי בעבודתם.

וואס דאס אקז דאך וואס ס'האט זיך גערעדט אין דער מאמר אז ס'איז דא די עבודה וואס מצד "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה" ווי דער רבי טייטשט אין תורה אור די "מים רבים" די עניני הגוף ועולם הזה, וועלן ניט קענען "לכבות את האהבה" פון דעם אויבערשטן צו אידן און פון אידן צו דעם אויבערטן, וואס דעמולט וועט זיין סוכ"ס אז ס'וועט זיין די 'דעת חדדים ימלאו', אז ס'וועט זיין א בנין און א מדינה און ס'וועט זיין דער "הרחב פיך ואמלאהו" דער "בדעת חדרים ימלאו" ווי דער צ"צ טייטשט דאס אפ אין די רשימה.

וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז דער תועלת העבודה איז אז דאס זאל בכל מקום זאל זיין א צור גדול.

וואס אין עבודה האדם איז דאס, וואס גערעדט אין מאמר אז מ'איז מגלה די אהבה מסדתרת ונכלל בה גם דחילו, וואס דאס איז דער "מראש צורים אראנו", און מ'בריינגט דאס דערנאך אראפ אין עבודת ע"פ טעם ודעת אין דעם "מגבעות אשורנו" - אבער מיוסד איז דאס אויפ'ן "מראש צורים" אויפן צור גדול - אויפן תוקף פון למעלה מטעם ודעת, אט דאס וואס דער רבי דער בעל השמחה האט דערציילט אז אזוי און ניט אנדערש (כנ"ל שיחה ג' ואילך).

וואס דאס איז דער ענין פון "צור גדול", און אט דעמולט קען מען אויף דערויף בויען א גאנצע מדינה און דאס זאל זיין א מדינה פאר מלך מלכי המלכים הקב"ה.

דערנאך דארף דאס אראפלומען אין סדרי העולם אין "מגבעות אטורנו" - איז אט דאס שטעלט זיך אויס אין אן עבודה מסודרת ע"פ טעם ודעת.

וואס אין טעם ודעת זעט מען בפועל אז אויף אויפטאן אין א שטאט און אויף אויפטאן אין א סביבה, דארףמען האבן א מקום מרכזי וואס מ'זאל וויסן אז דארטן אהינצו קען מען זיך פרעגן און אהינצו קען מען זיך ווענדן און דארטן קען מען פרעגן.

וואס דערפאר איז דאך אין שנים האחרונות, האט דאך דער רבי דער בעל השמחה האט דאך געזען פארנאנדערשיקן בכמה מקומות, טאקע יחידים, אבער ווי דער רבי האט געזאגט אין זיין שיחה פון תש"י, וואס דאם איז דאך די שנה האחרונה בחיים חיותו בעלמא דין, וואס דעמולט ווערט דאך דער סך הכל פון "כל עמלו אשר עמל בו במשך ימי חייו",

האט מען פאנאנדערגעשיקט יחידים בכמה מקומות, אז זיי זאלן דארטן ווערן דער "צור גדול", און וואס דורך זיי זאל אויפגעבויט ווערן די גאנצע שטאט און די גאנצע סביבה און די גאנצע מדינה.

דערנאך איז אין א שלב לאח"ז דארף מען האבן אויכעט דער "צור גדול" אויכעט אין בנינים כפשוטם, וואס דערפאר איז מען זיך משתדל אז ז מ'זאל אויפשטעלן עטליכע בנינים צוזאמען און דארט זאל זיין מרוכז בנינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט הפצת המעיינות חוצה.

פשוט בנינים גשמיים, אבער אין זיי איז דאך די כוונה אז ס'זאל זיין דער ענין הרוחני, בסעת מ'וועט וויסן אז ס'איז דא אן אחיזה, אט דא איז דער ארט וואס מ'קען פרעגן, און דא איז דער ארט וואו מ'קען באקומען אן עזר, און פון דאנעט איז דער ארט פון וואנעט ס'גייט זיך פאנאנדער די הוראות און דער עזר אדער די צרכים וואס מ'דארף האבן לעבודה פון הפצת המעינות חוצה.

וואס ליידער איז דא אין א פאר ערטער וואס מ'האט געאיילט אז מ'זאל דאס אנהויבן, האט מען מודיע געווען פון איין ארט א בשורה טובה אז ס'איז דא (ווי ער זאגט אין מדרס) אז מ'האט אוועקגעלייגט די יסודות, און מ'דארף ערשט אנהויבן בויען, אין א צווייטן ארט איז נאך גרעסערע בטלנים איז פון דארטן איז דא די ידיעות אז מ'האט שוין ארויסגעקראגן א תכנית פון דעם מהנדס (פון דעם "ארקיטעקטשור") איז במילא וועט מען במשך הזמן וועט אראפקומען פון עולם הכתיבה אויכעט אין עולם המעשה, נאך גרעסערע בטלנים האט מען באקומען די שאלה אז מ'איז זיך מיישב וואס דארפמען ענטפערן אויף דער סאלה.

אין צוויי ערטער האט זיך איינגעגעבן, היינט איז דא דער ענין וואס ס'איז דא דער ענין בפועל, אז ס'ווערט א בנין מרכזי אויכעט אין דא בנין גשמי וואס בעזר ה', און בשעה די וואס זיינען דארטן וועלן זיך ניט פוילן, וועט דעמולט זיין דער יגעת ומצאת, אז פון דארט זאל צוקומען נאך צוויי מרכזים פון הפצת המעיינות פשוט אין. בנינים גשמיים וועט מסתם בדרך אור חוזר נתרבה ווערן כמה פעמים ככה אין עניני הפצה המעיינות ביז למעלה מעלה.

און ווי גערעדט פריער אז אויף פארנעמען די גאנצע וועלט איז גענוג א "פרהסיא" פון צען דערגייט דאס אויכעט אומעטאום - אבער חסידים דארפן דאך האבן ניט נאר אין דרגא המטה מטה, נאר ס'זאל זיין וואס מערער ברכה און וואס מערער קדושה און וואס מערער הצלחה, וואס דערפאר איז עשרה ווייניק און מאה וויניק און אלף ווייניק און ריבוא איז ווייניק - מ'דארף האבן שישים רבוא נעמות, און ניט סחס נשמות נאר תישים רבוא נשמות. כלליות במילא איז דאס אזויפיל און אזויפיל נשמות פרטיות ווי ער מאכט

דעם חשבון אין תניא גלייך נאך דערויף וואס ער איז מבאר ווי ס'וועט זיין אין ימות המשיח, איז ער גלייך מבאר ווי ס'דארף זיין די עבודה אין עולם הזה - הכנה צו ימות המשיח,

וואס דאס איז דאך די השתדלות פון הפצת המעיינות ביז אין חוצה אלץ ווייטער און ווייסער און מיט הצלחה. וצה.

און ניט ווי אט די שוטים וואס טוען זיך אן אין א איצטלא סל יראת שמים, און זאגן אז מ'טראגט ארויס דער בעש"ט אין גאס איז דער בעש"ט דערפון ניט צופרידן נאר מ'דארף עם פארהאלטן פארשלאסן אין א ספר און ארויפלייגן עם אויף א הויכע פאליצע, און זאגן אז דער וואס האט ניט קיין שייכות צו כל התרי"ג מצוות מיט דקדוקי סופרים קען ח"ו ניט וויסן פון בעש"ט - דאס גופא איז א היפך פון תורת הבעש"ט וואס ער האט געזאגט און דער אלטער רבי האט דאס מבאר געווען בארוכה אז ער איז געקומען צו אנשים פשוטים און די וואס געפינען זיך במצור ומצוק כון ענינים גשמיים, וואס במילא איז קיין פלא ניט אויב זיי זיינען נידחים און אובדים , אדער אין ארץ אשור אדער אין ארץ מצרים און דוקא צו זיי איז ער געגאנגען ברחובות ובשווקים און דארט נתגלה געווארן בכל תוקף עוזו, וכמבואר בארוכה אין די כמה סיפורים, און פון זיי האט ער אויפגעמאכט די מצוקי ארץ, אט די צורים גדולים אויף וועלכע ס'האלט זיך די גאנצע מדינה.

וואס דערפאר, ווען קען זיין יפוצו - און ווען איז דאס א הוכחה אויב דאס איז יפוצו, אויב דאס הערט זיך אן אין חוצה.

טאמער האלט מען דאס פארשלאסן אין ספר, איז דאס איז דער ענין היפך כוונת הבעש"ט, און היפך כוונת התורה און במילא איז דאס היפך הכוונה פון דעם אויבערשטן וואס ער וויל אז ס'זאל זיין א דירה לו ית' בתחתונים און טאקע אין עוה"ז הגשמי, וואס דארט איז ווי ער זאגט אין עץ חיים און ס'ווערט אראפגעבראכט אין תניא אז "רובו רע" און הקליפות והרשעים גוברים בו און הקליפות מושלים בו, און אט דארט דארף מען האבן רזין דרזין דאורייתא, און דארטן וועט מען מאכן אתהפכא חשוכא לנהורא וואס דעמולט וועט זיין "אסתלק יקרא דקוב"ה" אין אן אופן אז ס'וועט זיין א דירה לו ית' בתחתונים.

און אט דאס איז אויכעט א יישר כח כון די צוויי ערטער וואס ס'אלז געווארן דער ענין כפשוטו אין א קנין בפועל ממש, און א צווייטער ארט אין א בנין בפועל ממש, און מהם יראו וכן יעשו אין די אלע כולל ניו יארק אז דא זאל מען זיך סוכ"ם כאפן זיך צום שכל און ס'זאל זיין א בנין בפועל, און דערנאך וועט זיין אין דעם בנין "הרחב פיך ואמלאהו", סיי א בית הכנסת וואו צו דאווענען און סיי אן ארט וואו צו פארבריינגען מ'זאל ניט דארפן גיין אין א גלות ביי אידן, וואס אלץ אין אייגענע ד' אמות, מ'דינגט דאס אפ ווערט דאס דעמולט אן אייגענע זאך ס'איז אבער שלא בדומה ווי דאס איז וכו' וכו', ואין להאריך בדבר המבהיל,

(איך וויל ניט זאגן צער, ס'איז העכער כון צער, ס'איז א ענין ההבהלה גדולה ביותר: ס'איז א מעשה צען יאר און פופצן יאר און צוואנציק יאר איז אין כפר חב"ד איז דא אן ארט וואו צו פארבריינגען פאר פינף טויזנט אידן, און אין דער ארט וואו דער רבי איז געווען צען יאר נאכאנאנד און האט דא מוסר נפש געווען איז טאמער איז דא מערער ווי אזוי כלל און אזוי פיל וועט מען דארפן ארומלויכן איבערן שטאט און זוכן אן ארט אפשר וועט מען זיך מתרחם זיין און מ'וועט אריינלאזן אידן מ'זאל זאגן א ווארט פון דעם רבי'ן און איבערשזאגן א הוראה פון עם. נאר וואדען מ'איז זיך מוסר נפס און וכו' וכו'}

מילא, דאס איז דאך אלץ ענינים שבעבר איז ויהי רצון אז ס'זאל ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות, אין די רחבשת פון כפר הב"ד זאל אנקומען אין ארצות הברית, און אט דאס זאל ווערן אן ארט אויף צו

דאווענען פינף טויזנט אידן, און אן ארט אויף פארבריינגען אויף פינף טויזנט אידן, און אן ארט אויף לערנען תורה נגלה און חסידות אויף ופינף טויזנט און דערנאך צען טויזנט, וכאמור לעיל אויף שישים רבוא מישראל פון נשמות כלליות און דערנאך פון נשמות פרטיות,

און די תירוצים וואס יעדערער טראכט צו זיך אז דאס איז צו עם ניט שייכות און דאס איז שייכות צו א צווייטן, איז דאך ידוע אז דאם איז די ענינים וואס אויף זיי איז חרוב געווארן ר"ל דער ביהמ"ק מיט אזויפיל און אזויפיל יארן צוריק, און מי שלא נבנה ביהמ"ק בימיו איז כאילו נחרב בימיו,

און דער אויבערשטער זאל בקרוב ממש בריינגען משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים וועט מען ניט דארפן אנקומען צו עבודת פון בשר ודם און ער זאל אויפשטעלן א ביהמ"ק אויף דאווענען און א ביהמ"ק אויף לערנען, און א ביהמ"ק אויף לערנען פנימיות התורה, און ס'וועט זיין דער בנין בנוי בידי שמים וואס ער איז שוין פארטיק,

און מ'וועט דאס ממשיך זיין למטה מעשרה טפחים,

און ביז זעמולט וועט מען זיך מוזן וואלגערן מסתמא אין "האלט" און דער אויבערסטער זאל העלפן אז ס'זאל זיין א שעה קלה ביותר אז ביז מארגן אינדערפרי זאל מען קענען ממשיך זיין דעם פארבריינגען און צוזאמען אין הרחבה אין "הרחב פיך ואמלאהו", ניט נאר אין דברי תורה נאר אויך אין גשמיות כפשוטם, און אין בנינים גשמיים כפשוטם.

ובנוגע לעניננו:

לאחרי די דברי צער וואס ס'האט צו קיינעם קיין שייכות ניט וכו' וכו', און מ'דארף באלד קוקן אויף זיך, און ווי דער בעש"ט האט אויך געטייטשט אז אויב מ'זעט אויף יענעם א חסרון איז וויבאלד אז איך. זע דאס איז דאך א סימן אז מיר פעלט דאס, וואלט דאס ביי מיר ניט געווען די פארקוועטסקייט וואלט דאס ביי יענעם ניט אויסגעוואקסן, וואלט ביי. מית געווען די ברייטקייט וואלט שוין ליינג גאנץ ניו יארק געווען א ביהמ"ק השליו, נאר אז איך בין שולדיק איז במילא איז צוליב מיד ליידן אט די אלע מיט די נשים צדקניות (כאן צחק) מיט די בנות צדקניות מיט די טף התלויים בהם, מיט די פיצעלאך קינדער.

און דער אויבערשטער זאל זיך מתרחם זיין אויף מיר און אויף אייך בתוככי כלל יסראל, ומתוך שמחה ומנוחה וטוב לבב בריינגען מסיח צדקנו למטה מעשרה טפחים, מיטן בית גדול ווי די גמרא טייטשט אויס די אלע טייטשן אז דאס איז בית המדרש ובית הכנסה און בית המקדס, און אין מקרא יוצא מידי פשוטו - אט די בתים וואס אידן האבן דארטן געלעבט ס'זאל אומעטאום זיין א בית גדול דערפאר (חסר בהטייפ)

אאאאאאג גאאאאאאאא ניגנו ופרט

, ופרצת סיחה ז'

אזוי ווי מ'האלט שוין ביי "ופרצת", איז דאך דער מנהג בשנים האחרונות אז אין י"ב תמוז מאכט מען דעמולט א מגבית ווי ס'פירט זיך ביי די מגביה פון התוועדות אז דאס איז א ענין פון צדקה בחשאי, אויף די מוסדות וואס ווערן אנגערופן אויף דעם נאמען פון דעם רבי'ן בעל הבטחה.

וואס זיי געפינען זיך בכל קצוי תבל, פון ארץ הקדושה ווי אויך אין חו"ל.

וכאמור - זאל יעדערער געבן כפי נדבה לבו און אין אן אופן פון "ופרצת", און דער אויבערשטער וועט בוודאי מקיים זיין הבטחתו פון "עשר בשביל שתתעשר" און ווי גערעדט אין די מאמרים אז דאס וואס ס'קומט כמה פעמים ככה איז דאס ניט א ענין שבערך, נאר וויבאלד אז דאס קומט פון דעם אויבערשטן און מערער אויכעט בכמות, איז אין דערויף די איכות שלא בערך.

וע"ד ווי גערעדט פריער אז נייען אידן ווען ס'קומט צו א צענטער איז ניט וואס ס איז צוגעקומען נאך א נייט-חלק פון די פריערדיקע, נאר ס'ווערט א דבר חדש שלא בערך וואס ס'נעמט איין די גאנצע וועלט, וואס דערפאר ווערט דאס דער ענין פון פרהסיא במילואו ובסלימותו.

און אזוי איז אויכעט עד"ז בכל המצוות, ובפרט אין צדקה איז "כל פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול", איז דאך די פרוטה וואס קומט צו נוסף אויף כל הענינים שלפני"ז איז זי איז דאך מגדיל (?) ער איז טאקע כננס ע"ג הענק, אבער דערוויילע דערגרייכט זי אין א העכערן עולם,

איז אזוי אויכעט אין די ענינים פון צדקה און אין מגבית זו איז כל פרוטה ופרוטה וואס מ'וועט מוסיף זיין על כמה וכמה פרוטות שלפני זה, מאכט זי דעם חשבון גדול, ווי גערעדט אין די מאמרים פון תחילת השנה אז דאס ווערט אנגערופן "גדול", דערפאר וואס דארטן ווערט נתגלה דער "גדול ה' ומהולל מאוד" וואס אויף דערויף דארפמען האבן דעם עיר אלקינו וואס דאס איז דער ענין הצדקה וואס סטעלט זיך צוזאמען פון ענינים גשמיים,

מסתמא וועט מען פאנאנדערטיילן די צעטלאך, אז די וואס ווילן אין אויפשרייבן שמותיהם בצירוף שם האם כדי מ'זאל זיי דערמאנען אויפן ציון פון דעם בעל הגאולה,

און די וואס ווילן געבן נדבת ליבם על אתר אדער געבן א התחייבות און באצאלן בהקדם, ע"ד ווי ביי צדקה איז דער ענין הזריזות איז דאך ספעציעל דער אלטער רבי מאריך בזה אין אגרת הקודש.

און דער כלל בזה איז אז "כל המוסיף מוסיפין לו" ובתוספתו של הקב"ה וואס זי איז מרובה על העיקר. לחיים. באמצע הניגון אמר לא': איך האב דאך ערשט פריער געזאגט, אז די וואס

טענה'ן אז צו זיי האט דאס קיין שייכות ניט, אז דאס איז פיתויים פון

דעס יצר הרע! ואה"כ אמר: אפשר וועט איינער משתתף זיין מיט זינגן א ניגון. סיחה ח'

מ'האט דאך גערעדט אין דעם ענין פון "מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" אז דאסגייט "מראס צורים" (ווי ער זאגט אין מדרש) אויף די אבות און "מגבעות אסורנו" - אויף די אמהות.

וואס אזוי איז אין עבודה איז אע"פ וואס די עבודה וואס ווערט אנגערופן בשם "גבהות" וואס דאס איז ניט קיין הגבהה ותוקף, ד.ה. אז די ועבודה באהבה ויראה איז דאם, נאר דאס איז במדידה והגבלה א קליינע אהבה און א קליינע יראה.

וואס הייסט א קליינע? - אן אפגעמאסטענע, און "הרים" איז דאס למעלה הר ביז אין הררי א"ק , וואס בפרט נאך ווי דאס איז "מראש" צורים ווי זיי שטייען גאר אויפן שכיץ בשרשו ומקורו, וואס דאס איז די מידות ווי זיי זיינען למעלה ממדידה והגבלה.

וואס אע"פ וואס דאס איז אן עבודה נעלית, איז דער הכליה איז אבער אז בחיי היום-יומיים וואס דעמולט קען מען דאך ניט שטייען נאכאנאנד אין א תנועה פון מסירת נפש - ס'דארף זיין אן עבודה מסודרה, דארף מען דאך צוניצן דעם שכל והבנה והשגה,

איז דאס איז די עבודה פון "גבעות" - פון מדידה והגבלה ע"פ השכל וההבנה, נאר וואדען - שכל וההבנה והשגה דקדושה, און דאס קומט לאחרי היסוד פון "מראש צורים" פון עבודת מסירת נפש, ווי דער רבי האט דערציילט אז דאס איז אז "ס'דארף זיין אזוי און ניט אנדערס".

ובהוספה והקדמה לזה, אז וואו פירט זיך אויס דער רצון העליון, איז דאס דוקא אין "המעשה הוא העיקר" אין מצוות מעיות בפועל, ד.ה. דוקא "מגבעות" איז אט דארט איז "אשורנו מגבעות" - עצמות ומהות, דערפאר וואס דארטן ווערט נתמלא דער רצון העליון.

וואס דערפון איז אויכעט פארשטאנדיק אז אין דעם מקור שבדבר, וואס "מראש צורים" גייט דאס אויף די אבות, און "מגבעות" גייט דאס אויף די אמהות - איז דאס אויך אזוי, ווארום דער ענין פון אן "עזר כנגדו" פון נשים צדקניות פון נסי ובנות ישראל איז דאך, אויף אראפבריינגען די כל הענינים בפועל במילוי צרכי האדם.

אזוי ווי אין גשמיות, דער מאנסביל בריינגט די געלט אהיים און דערנאך איז דאך דער תפקיד און אויפגאבע פון דער פרוי אז זי זאל פאר די געלט זעען אז ס'זאל זיין וואס צו עסן און וואס צו טרינקען וכל צרכי האדם בכלל זה,

אט אזוי איז אויכעט אין די ענינים רוחניים איז דארף בנוגע לפועל, איז די ענינים ווי דער רבי שרייבט אין זיין בריוו הידועה, איז די גרעסטע זאכן וואס זיינען אנפארטרויט און איבערגעגעבן די פרוי - אנהויבנדיק פון טהרת המשפחה, וואס דאס איז נאך איידער דער קינד ווערט געבארן איז דאך "וספרה לה" און אלץ פארלאזט מען זיך אויף איר,

און אזוי אויכעט בשעת דער קינד ווערט געבארן, איז דער חינוך הבנים והבנות די ערשטע יארן איז ליגט דאס בעיקר אין די הענט פון דער פרוי, און בפרט נאך ווי ס'האט זיך אויסגעשטעלט אין ארצות הברית, איז אויכעט אין די יארן וואס נאך דערויף, איז דער מאן פארנומען מיט עניני העולם וואס מבחוץ לביתו, און די אלע ענינים וואס זיינען בבית פנימה כולל אויכעט דער חינוך הבנים והבנות, איז קען ער מערניט ווי זאגן בכללות און בפרטיות וואס דאס איז די ענינים שבפועל היינגט דאס אפ אן דער עקרת הבית "ומגבעות אשורנו".

ביחד - צוזאמען מיט איבערגעבן א תפקיד, גיט דאך דער אויבערעטער אויכעט די כוחות אויף ממלא זיין את התפקיד - וואס אט דאס איז אויכעט וואס די נסי ובנות יסראל, וואס יעדערער פון זיי ווערט אנגערופן בת סרה רבקה רחל ולאה, וואס דאס איז דאך ניט נאר א מליצה, נאר דאס איז געמיינט ע"ד ווי ביי אידן איז דאך "אין קורין אבות אלא לשלושה", איז ביי יעדערן דא פון די מידות פון אברהם'ן און יצחק'ן און יעקב'ן, אט אזוי אז אויכעט "אין קורין לאמהות אלא ארבעה" אז ביי יעדערע איז דא פון די מידות פון שרה רבקה רחל ולאה, וכמבואר ענינם בארוכה.

אבער בכללות איז דאס, אז זיי זאלן אויפשטעלן א בית בישראל, אז דער בית זאל דער תורה אויף דערויף זאגן "בנתה ביתה" - אז זי האט אויפגעבויט די הויז און ניט ח"ו פארקערט.

און אט דעמולט ווערט דער "נקבה תסובביגבר" אז זי גיט נאך צו כח וחיות אין דער עבודה פון דער גבר אויך אין זיינל ענינים, וכמבואר אין דעס פריערדיקן פארבריינגען, אז ס'איז געקומען די צייט אז די פרויען זאלן מזרז זיין די מענער אין לימוד התורה אין שיעורים, און אויכעט בנוגע אצו נתינת צדקה, ועד"ז בענינים וואס זיי זיינען שייכות מערניט ווי צו דער מאן און פאטער.

עאכו"כ אין ענינים משותפים, ע"ד ווי חינוך הילדים וואס דאס איז א ענין משותף של האב ושל האם, כאטש אפילו אז דער חינוך ע"פ התורה משט שנים ומעלה היינגט אינגאנצן על אחריות האב, ס'איז אבער דא דער ענין פון עזר כנגדו.

דער המורם מהאמור, אז אין ענין יוצא מידי פשוטו, אז "מגבעות אשורנו" גייט דאם אויף די ארבע האמהות, וואס דאס איז זערנאך אריבערגעגעבן געווארן צו כל נשי ובנות ישראל לכל אחת ואחת, אז זיי זאלן דורכפירן זייער תפקיד אין אן אופן אז די הויז זאל ווערן אט דאס וואס ער זאגט אין מדרש אז דארט בויט דער אויבערשטער זיין מדינה, און מ'שרעקט זיך ניט פאר די מים רבים פאר דעם עולם הזה און פאר די מים רבים פון דעם גוף ונפס הבהמית,

און ס'ווערט אויפגעבויט א מדינה פאר מלך מלכי המלכים הקב"ה, וואס דעמולט איז דאס א מדינה וואס ס'איז דא כל טוב רוחני און כל טוב גשמי. לחיים.

א טאג

צוה לנגן הבינוני. אבינו מלכנו. כיוה ט'-

בהמשך לזה וואס מ'האט פריער גערעדט אז דער רבי האט געשיקט יחידים כדי אז ס'זאל ווערן א צור גדול במקום וואס פון עם זאל זיך קענען אויפבויען דער גאנצער מקום אדער די גאנצע מדינה,

איז אך ביחד עם זה איז געווען אויכעט די הנהגה אויף צו שיקן אניט נאר אויף התיישבות נאר מערניט ווי אויף א ביקור, אבער בעת הבילקור זייט מען דאך איין א התעוררות-ווארט אדער א תורה-ווארט אדער א מעשה טוב, וואס דערפון וואקסט דערנאך ארויס תבואה, אדער אילן עושה פירות פריער אדער שפעטער, ביז אין א שיעור פון המר אדער חרוב וואס ס'קען געווערן ביז שבעים שנה. אבער ס'וועט זיכער בריינגען פירות.

וואס אט דאס איז געווען דער סדר וואס דער רבי האט איינגעפירט פון שיקן שלוחים בימות הקיץ, אויף באזוכן מערערע ערטער פון מושבות בני ישראל, וואס דעמולט איז ניט נאר ווי דער ווארט פון בעש"ט וואס ס'איז שוין געדרוקט אין הוספות פון לקוטי תורה איז די לעצטע הוצאה אז א איד וואס ער איז תועה בדרך איז דאס כדי ער זאל דארטן צוזאמענקלייבן דדי ניצוצות וואס האבן צו עם א שייכות, אדער ווי דער סיפור היודע אויכעט פון בעל"ט וואס א מעין וואסער האט געווארט כו"כ שנים ביז וואנעט א איד וועט קומען צוגיין און מאכן דארט א ברכה, וכהסיפור בארוכה וואס איצטער איז שוין איבערגעדרוקט געווארן, איז דאס קען מען דאך טאן אפילו בדדך,

בשעת מ'קומט אין אן ארט און מ'בלייבט דארטן ליינגער ווי הליכה נאר מ'איז דארט בעמידה, אע"פ וואס די עמידה קען זיין ע"ד ווי ס'שטייט אויפן משכן, אז "בהעלות הענן בבקר ונסעו" איז יום או יומיים, אבער די צייט וואס מ'איז דארטן איז "מצוותי' אחשבי'" אויף וויפל צייט ער בלייבט דארטן איז דאס אלץ א קביעות, כאטש אפילו אין זמן קען דאך זיין א ופן קטן, איז א ענין כון קביעות - ובפרט א ענין פון מצוה און שליחות פון דעם אויבערעטנ'ס א ענין פון תורה ומצוות, איז דאך קבוע לא בטל אין אן אופן קבוע - קבוע דאורייתא, ניט קבוע דרבנן, וויבאלד אז דאס איז די

שליחות פון דעם אויבערשטן, און דאס פארט דאך א בן אדם וואס דאס איז א קבוע דאורייתא, איז אט דעמולט איז "לא בטל", במילא וויבאלד אז ער ווערט ניט בטל - האט ער צייט און בויט אויף אז סוכ"ס וואקסן דערפון אויס פירות און פירי פירות עד סוף כל העולם, ווי חסידות טייטשט אז מ'מאכט א וועג און א ברעג צו דעם העלם והסתר וואס איז געווען אין יענעם מקום.

וואס דאס איז דאך אויכעט בכללות די נקודה התיכונה פון די נסיעה פון די שלוחים וואס ס'פארן תלמידים ואברכים במשך ימות הקיץ און מ'פארזייט רוחניות בכל מקום שמבקרים נוסף על הענינים וואס ס'טוט זיך אפ דרך הילוכם, ווי די תורת הבעש"ט וואס פריער דערמאנט, ולפעמים איז ניט נאר וואס זיי פארזייען, נאר זיי זעהן נאך פרי טוב בעמלם, אדער אין דעם זעלבן ביקור אדער בשעת מ'קומט אויף איבעראיאר און מ'זעט אז "כעת חיה ולשרת בן" אז ס'איז געבארן געווארן בנים למקום קינדער און מיטעלע און עלטערע וואס זיי זיינען געווארן בנים לאבינו שבשמים, וואס א בן איז דאך עושה רצון אביו באופן טבעי, ניט וואס מ'דארף עם אויף דערויף מעורר זיין.

ובשעת התחלת הנסיעה איז מיט א שיר של נצחון ומתוך התוועדות טל שמתה ותורה איז דאס דעמולט מוסיף ברכה והצלחה בכל ענין הנסיעה והחזרה והפעולה במקום הביקור, נוסף אויף כת המשלח וואס דאס איז דער רבי דער נשיא דער בעל השמחה, איז אוועקפארנדיק מתוך התוועדות זו זאל נתוסף ווערן הצלחה מרובה ומופלגה בכל עניני נסיעתם, אז זיי זאלן אויפשטעלן "צבאות ה'" נוסף אויף דעם ענין פון פדיון שבויים,

וואס דאס איז וואס מ'האט גערעדט שבועות, אז מ'איז פורה דעם ניצוץ קדושה וואס איז געווען בשבי', וואס אט דאס טוט מען דורך מאכן דא ברכה און מעורר זיין א צוויייטן אידן אויף מאכן א ברכה וכיו"ב, איז דאך דא אויכעט וואס ניט נאר פדיון שבויים - ניצוצות קדושות, נאר וואדען מ'שטעלט אויף טופח ע"מ להטפיח - מ'מאכט פון א אידן א איד א שומר תורה ומצוות במילא ווערט ער א פדה שבויים און ער ווערט א טופח ע"מ להטפיח אויף אויפשטעלן נאך אידן לומדי תורה ומקיימי מצוות,

זאל דאס זיין בהצלחה מופלגה, ובקרוב ממש זאלן זיי קענען זאגן מיט ישות דקדושה אן פניות און נגיעות אז ראו גידולים שגידלתי, אז מ'גייט ארויס קעגן משיח'ן מיט די נצוצות שהיו בשבי' ונגאלו בגאולה הפרטית,

וואס דאס איז ממהר און מקרב און ממשיך ומגלה למטה מעשרה טפחים די גאולה הכללית והאמיתית והשלימה ע"י מלכא משיחא. לחיים.

אח"כ אמר: זאלן זאגן די אלע נוסעים לחיים, און מיט א שיר של נצחון, און דערמיט זאל זיין התחלת הנסיעה.

אאאאאא* אא

צוה לנגן דרכך אלקינו, צמאה לך נפשי, ניגון אדה"ז (בבא הרביעית ג' פעמים), ניע זשוריצי, שיחה י'

אין יענער פארבריינגען - ס'דארף זיין די חתימה מעין הפתיחה - וואס דער רבי האט אנגעהויבן (דער רבי דער בעל השמחה) בנוגע צו שמחת התורה און שמחת בני תורה און שמחה הצלת התורה, האט ער געזאגט אז צמחה בני תורה איז דא חילוקים אין זיי, וכמבואר אין מאמר המוסגר וואס ס'האט זיך היינט גערעדט אז וויבאלד אז זיי ווערן אנגערופן בני תורה

איז דאך דערפון מובן אז וויבאלד אז אין תורה איז דא חילוקים: פשט רמז דרוש און סוד און שיטים רבוא פירושים לתורה בכל אחד מהם וכו', מאכט דאס חילוקים אויכעט אין בני הורה.

האט ער דערנאך אבער אויכעט מסיים געווען אז מצד בני תורה זיינען זיי סוף סוף אלע גלייך.

און ווי דער אלטער רבי שרייבט אין תניא אז כולן מתאימות ואב אחד לכולנה.

און האט אויף דערויף געזאגט אז ס'איז דאך שווער צו זאגן לכאורה אז מ'איז אלע גלייך אין בני תורה, פון א גדול בישראל און גדול בתורה ביז א בעל עגלה פשוט כפשוטו -

וויבאלד אבער אז יעדערער האט זיך זיין תפקיד צוליב וועלכער די נשמה איז אראפגעקומען מלמעלה מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, וואס דער תפקיד האט זי דאך בשליחות פון דעם אויבערשטן - איז מצד דעם כח המשלח איז דאך אין זיי ביי אלעמען גלייך, ווארום אין "מסלת" וואס דאס איז דער אויבערסטער איז דאך ניט שייך מאכן קיין חילוקים.

עד כאן דברי הרב.

דערצו קען מען נאך מוסיף זיין א תוספת ביאור, אט דאס וואס ס'רעדט זיך אין דעם המסך המאמרים פון יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעוה"ז מכל חיי העוה"ב, וואס דער עיקר איז דאס אין די מאמרים שנתפרסמו אין דדי המשכים פון דער רבי מהר"ש, פרעגט ער דאך דארט די קושיא הידועה, אז אויב אזוי קומט אויס אז דער שכר וואס ער איז בעוה"ב איז ער ווייניקער ווי די עבודה וואס זי איז בעוה"ז וויבאלד אז יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העוה"ב. און ס'ווערט פארטענטפערט אין דעם המסך, וואס די נקודה התיכונה בזה איז: אז אין חיי העוה"ב איז דעמולט איז דער שכר נעלה ביותר, אבער דאס איז א שכר וואס דריקט זיך אויס אין תענוג המקבלים, אין דעם קורת . רוח פון תשובה און מעשים טובים בעוה"ז איז דאך דאס נח"ר לפני שאמרתי ונעשה רצוני דאס דריקט זיך אויס אין דעם נחת רוח פון דעם משפיע, פון דעם אויבערשטן, איז דאך בלתי ערך פון דעם בורא און נברא - דער אויבערשטער מיט נבראים, איז דאך דערפון פארשטאנדיק ווי אזוי איז יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעוה"ז מכל חיי העוה"ב.

וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בעניננו:

אז וויבאלד אז מ'זאגט אז ס'איז דא חילוקים אין תורה און אין בני הורה מצד עניניהם כון די נבראים און אפילו מצד די ענינים פון תורה; און אמת טאקע, די חילוקים זיינען מן הקצה אל הקצה ביז א חילוק סלא בערך, דאס איז אבער אלץ חילוקים אין נבראים און אין תורה;

מצד דערויף וואס אין יעדערער פון זיי איז כח המשלח וואס דאס איז דאך דער כח פון בורא - די כח פון דעם אויבערשטן, פון עצמות ומהות וואס דארט איז דאך ניט סייך פאנאנדערטיילן, ס'איז דאך "הוא" וכל עניניו - "חד", איז דאס ע"ד פון דער חילוק פון מצה אחת פון שעה ומעסים טובים בעוה"ז ביז די ענינים פון חיי העוה"ב.

וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז דאס וואס זיי גלייכן זיך אויס מצד דעם כח המשלח איז איפכא - פארקערט, איז דאס שלא בערך גרעסער ווי דאס וואס זיי זיינען מחולק אחד מחבירו מצד דערויף וואס אין דעותיהם שוות, און וואס אויך שרשם ומקורם בתורה שווה, ווארום אין תורה איז אך איס שיטים רבוא אותיות לתורה, האט דאך יעדערער א באזונדער אות, ועד"ז

ב אויכעט ווי ער זאגט אין תניא "לפי יכלתו וסורש נשמתו" אין אזויפיל קען דער משיג זיין בפרד"ס התורה, דאס איז אבער אלץ חילוקים כצד השתלשלות נאר וואדען - השתלשלות דקדושה, וואס איז העכער פון השתלשלות העולמות.

אט דאס וואס זיי גלייכן זיך אויס און כולן מתאימות מצד דעם כח המשלח, איז דאס איז שלא בערך א ענין נעלה יותר בכל הפרטים, ע"ד ווי יפה שעה אחת בתשובה ומעסים טובים בעוה"ז מכל חיי העוה"ב.

וואס דאס איז אויכעט בנוגע לעניננו:

בשעת מ'דארף טאן מיט א צווייטן, אדער מ'דארף טאן מיט א "חוצה" פון א נאענטן, קען מען דעמולט נעמען און אפשאצן תכונות נפסו און מוז דאס אפשאצן כדי צו וויסן ווי אזוי מיט עם ריידן וועגן א ענין פון תורה ומצוות און פנימיות התורה, קען דאס ממעט זיין אדער משנה זיין אין דעם אופן פון די צוגעטראגנקייט מיט וועלכע ער וועט טאן מיטן צווייטן אדער מיטן זולת אדער מיטן אייגענעם זולת,

בשעת ער וועט אבער זיין נחקק בזכרונו, אז מצד דערויף וואס דאס איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", ד.ה. מצד דער כח וואס ער האט פון דעם משלח וואס ס'איז דא בכל אחד ואחת מבני ישראל, וואס דארט איז דאך ניטא קיינע חילוקים, און דאס איז שלא בערך נעלה יותר ווי כל הכוחות הגלויים שלו און אפילו פון כוחות הנעלמים שלו, וועט דאס ביי עם ארויסרופן א תשוקה גדולה און א מרץ הכי גדול אויף דורכפירן מיט עם די עבודה פון יפוצו מעינותיך חוצה, אין דעם חוצה פון דעם זולת, און במילא וועט דאס אויכעט העלפן צו דורכפירן דאס אין דעם חוצה של עצמו, וואס דאס איז ה שלשה לבושים פון מחשבה דיבור און מעשה וואס דאס איז דאך לבושים מחוץ להנשמה, ועד"ז אויכעט אין כוחות למטה פון חכמה וואס דאס איז כוחות חיצוניים לגבי חכמה, וואס דאס איז אמיתית פנימיות הכוחות, און נאכמערער בכללות לגבי עצם הנפש,

וואס ביחד - מיט דעם חוצה של הזולת און דער חוצה של עצמו וועט ער סוכ"ס דורכפירן די סליחות פון דעם משלח בכח המשלח, וועט דאס דעמולט מקויים ווערן וואס דער בעש"ט האט געהערט פון משיח'ן און האט דאס איבער- געגעבן לתלמידיו ולדורותיו אחריו עד לדורינו זה, אז "יפוצו מעינותיך חוצה", וואס דעמולט וועט זיין "קאתי מלכא מסיהא" למטה מעשרה טפחים. לחיים.

גגאגאאאג אאגאאאא

כ"ק אדמו"ר שליט"א התחיל לנגן "כי בשמחה תצאו".

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
12 Tammuz 5720 (7 July 1960)
Events
12 Tamuz
Id
rh-dkgevr6y

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive11a2C0Nvguw9pDCLKV3gVZ8…