ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"
ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה יד
יז. וואס דאס איז אויך דער סיפור פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע, וואס ער איז געווען דער נשי" נאך דעם רבי'ן מהר"ס, אז אמאל זייענדיג אין ווין, וועלכע איז געווען זייער ווייט פון זיין שטעטיל (ליובאוויטש), וואס ער איז געפארן דארט אויף צו חיילין זיך בא דאקטורים. איז דער נאך זייענדיג דארטן האט ער געזאגט אז ער וויל ארויס- פארן אין א קליין שטעטיל, ווייט פון ווין, און פאר דעם איז ער געגאנגען אין א קלייט (סטאר) און דארטן איינגע- קויפט קליידער מיט פערשידענע נויטיגע זאכן און דערנאך איז ער געפארען אין דעם קליין שטעטיל, אנקומענדיג אין שטעטיל איז ער אריינגעגאנגען אין א הויז וואו עס האט. געלעבט א אלמנה מיט צוויי טעכטער, און האט בא זיי. געלאזען די קליידער ווי אויך געלט און האט געזאגט אז דאס איז פאר הכנסת כלה, אז מיט די קליידער און מיט די געלט זאל די טאכטער חתונה האבן, וואס ביז דעמאלט האט זיך די התונה אפגעהאלטען דערפאר וואס די אלמנה האט ניט געהאט גענוג געלט אויף באקומען די זאכן וואס מ'דארף האבן צו די חתונה.
איז אין א פארווארפענע שטעטיל און הונדערטער קילאמעטער פון דעם ארט וואו דער רבי האט דארט געלבעט האט ער געפונען א מעגלעכקייט צו פארשאפען א פערגעניגען
דעם אויבערשטען, און ספעציעל צוליב דעם איז ער געפארען אזא ווייטקייט און אליין געגאנגען איינקויפן בכדי א ארימע מיידל א כלה זאל קענען פארווען איר חתונה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
- Id
- rh-wvj46z4z
Copies
Recent activity
Sources
- drive