בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח
בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה ג
ג. מצד דעם וואס שבת בראשית איז דער זעלבער ענין פון שמח"ת, מצד דעם איז דא נאך א חילוק פון שבת בראשית מיט אלע שבתות, לבד דעם חילוק הנ"ל אז בשבת בראשית איז דא אויך דער ענין השמחה, לבד זאת, איז אויך דער חילוק פון שבת בראשית מיט אלע שבתים, אז יעדער שבת איז דאך פראן וואס ער איז שייך צו די ימים שלפני' ושלאחריו, און שבת בראשית איז נוגע לכל ימות השנה, ווארום וויבאלד אז שבת בראשית איז דער זעלבער ענין פון שמח"ת, איז כשם ווי שמח"ת איז דער וואונטש, מען זאל ממשיך זיין די שמחה פון שמח"ת על כל השנה, אזוי איז אויך בשבת בראשית, אז מען דארף ממשיך זיין פון שבת בראשית על כל השנה, און ווי דער רבי האט געזאגט אין אן אנדער שיחה, אז ווי מען שטעלט זיך אוועק שבת בראשית אזוי ווערט עס נמשך על כל השנה.
עס איז דאך מובן אז ס'איז דא א חילוק פון טופח עמ"נ להטפיח, אז אין טופח ע"ם להטפיח דארף זיין מערער לחות ומשקה ווי אין סתם טופח, איז דאך מובן אז וויבאלד שבת בראשית דארף מען ממשיך זיין על כל השנה, דארף דאך אין דעם זיין א סאך לחות בכדי עס זאל זיין א צינור על כל השנה.
זאל דער אויבערשטער געבן מען זאל האבן דיעה בינה
והשכל, און חכמה בינה ודעת, אויף צו פארשטיין אין וואס אויסנוצן דעם שבת בראשית אז דאס זאל זיין א צינור על כל השנה, צו ממשיך זיין דעם ופרצת על כל השנה, פורץ זיין אלע גדרים, ניט נאר די גדרים שבדברי הרשות נאר אפילו די גדרים שבקדושה.
און מען זאל ממשיך זיין נאך מערער וויפל מען האט געגעבן די כתיבה וחתימה טובה, און ווי די גמרא זאגט כל מזונותיו של אדם קצובין לו כו' לבד מהוצאות שבת ויו"ט, ד.ה. אז שבת ויו"ט קען מען פועל'ן נאך מערער וויפל מען האט געגעבן מר"ה ועד יו"כ, און וויבאלד אז שבת בראשית איז נוגע לכל השנה, איז בשבת בראשית איז מען ממשיך מערער פון די כתיבה וחתימה טובה על כל השנה, עס זאל זיין ופרצם ימה וקדמה וצפונה ונגבה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
- Id
- rh-nb99d9bh
Copies
Recent activity
Sources
- drive