עברית
Library

פורים

פורים, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ה. וויבאלד אז דער אויבערשטער האט דאך אויס געקליבן אידן, און תורה רופט דאס אן מיטן ווארט בחר, וואס דאס איז דאך א ענין וואס איז מורה אויף בחירה אויף אויס קלייבן, ניט הכרח ח"ו מאיזה ענין שיהי', איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז ניט צוליבדער א מעלה וואס ס'איז דא אין דעם פרט, וואס דערפאר קלייבט זמען אים אויס, ווארום דעמאלט איז דאס ניט קיין בחירה אמיתית, וויבאלד אז די שני צדדים,די שני פרטים,זיינען ניט בשוה,

בשעת מ'זאגט אז יבחר לנו את נחלתנו מיט א בחירה שלמעלה, הייסט דאס אז מ'קלייבט אויס אע"פ וואס לכאורה מצד מדות שבלב מצד שכל שבמוח ביז מחשבה דיבור ומעשה שבאברים וואלט געווען א שאלה וועמען זאל מען קלייבן, אדער מצד הטוב אדער מצד הלעומת זה, ע"ד ווי ס'איז געווען בשעת גזירת המן, אז"השתחוו לצלמי של נבוכדנצר? האט דאס דער מדת הדין געטענ'ט אז ס'איז דא אן ארט אויף דער גזירה, מצד אבער דער טענה אז דאס האט דער אויבערשטער אויס געקליבן מיט א בחירה חפשית אן קיינע טעמים צדדים בזה, איז דאך פארשטאנדיק אז ס'איז קיין אונטערשייד ניט וועלכער יוד פון ליהודים דאס איז, איז די בחירה ביי זיי בשוה.

מ'דארף דאך אבער האבן אז אט די בחירה זאל דערנאך אראפ אין א פועל, ווארום ס'איז דאך אני נבראתי לשמש את קוני, איז אט דא איז ניט מספיק אט דאס וואס מ'האט די בחירתו של הקב"ה, וואס דערפאר גיט דאס א אידן א קיום נצחי בעולם, וואס דאס רופט ארויס די שנאה פון לעומת זה, וואס דערפאר איז דאך הר סיני האט דאך די ביידע ענינים, שירד הקב"ה און האט אויס געקליבן אידן, און וירדה שנאה לאומות העולם ביידע זאכן גייען צוזאמען,

איז כדי דאס זאל אראפ אין פועל, איז דערנאך נאך דער בחירתו של הקב"ה אין דעם יבחר לנו את נחלתנו, איז"נתן לנו את תורתו; וואס זי זאל באווייזן דעם וועג ווי אזוי מ'זאל אראפ קומען פון דעם מסירת נפש, ווי די נפש שטייט בבחירתו של הקב"ה, און זי זאל דורך פירן די שליחות וואס זי האט אין וועלט, אז ס'זאל זיין לא לתהו בראה אלא לשבת יצרה, אז ס'זאל ווערן א משכן און מקדש לו ית', דער אדם העליון שעל הכסא זאל קאנען זיין אין עולם הזה הגשמי, ביז ער וועט זיין בגלוי.

וואס אט דאס איז דער ענין וואס מ'האט דערנאך געגעבן די אידן די תורה, צוליב דעם אז ס'זאל אראפ קומען פון יבחר לנו פון יעקב בחר לו י-ה ישראל לסגולתו, זאל דאס אראפ קומען אין חיי היום יומי, ביז אין אכילה ושתי' וכל הענינים,

צוליב אידן איז דאך בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית כדי א איד זאל קאנען אדורך פירן די שליחות, דארף ער דאך האבן וואו זי דורך צו פירן, צוליב דערויף האט מען באשאפן א וועלט מיט שבעים זאבים ארום דער כבשה, כדי דער כבשה זאל קאנען דורך פירן איר שליחות באוייזנדיק אז זי דערשרעקט זיך ניט וואס די שבעים זאבים מאנען ביי איר, און זי ווייס אז ה' רועי לא אחסר, און די שבעים זאבים האבן ניט קיין שליטה ביז וואנעט"ה' רועי"

האט מען געדארפט בשביל ישראל ובשביל התורה אז א איד זאל קאנען דורך פירן די אנווייזונגען פון דעם בורא, צוליב דערויף איז געווען דער ברא אלקים את השמים וזאת הארץ, ווי ער טייטשט דאס אף אין מדרשים און רש"י ברענגט דאס אראפ אין חומש,

וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז וואו דריקט זיך אויס און ס'קומט אראפ דער בחירה ווי דער אויבערשטער וויל, אויב דער איד קוקט ניט אויף דעם ארום און ארום, און ער פירט אויס די שליחות, ביז וואנעט ער קאן זיך צוריק פאראיינציקן און זאגן אז שליח עשה שליחותו, איז אט דעמאלט נאך אלס ניט אפגעטאן די תכלית ירידת הנשמה מאיגרא רמה לבירה עמיקתא.

- פורים תש"כ - .

וואס אט דאס איז אויך דער טעם ס'איז געווען ביים רבי'ן ביים שווער איז בכלל האט ער זיך עוסק געוועזן אין צוזאמען קלייבן די כתבים פון די רביים פון די נשיאים מכמה וכמה דורות, און האט געלייגט גרויסע השתדלות אויף צו קויפן אדער אן אנדער וועג באקומען דאס מכל מקום וואו זיי זיינען געווען.

וואס אין די כתבי יד איז געווען און דא תורות פון אלע רביים, פון דעם אלטען רבי'ן אן, וואס אין זיינע תורות איז דאך דא כמה וכמה מתורות הרב המגיד און תורת הבעש"ט, און פון די רביים נשיאים שלאח"ז ביז צו זיין דור ביז צום שווער'ס דור.

אין אט די ביכלאך איז געווען כמה כתבים פון דעם אלטורבי'ן וואס זיי זיינען נאך ביז איצטער ניט געווען געדרוקט, וכידוע וואס דאס וואס דער רבי דער שווער האט דערציילט, אן די דרושים וואס זיינען געדרוקט אין תורה אור און אין לקוטי תורה איז דאס ארויס גענומען פון צוויי טויזענט דרושים, דאס הייסט אז ס'איז געווען דעמאלט ביים צמח צדק תחת ידו צוויי טויזענט מאמרים פון דעם אלטן רבי'ן, און פון זיי האט מען אפגעדרוקט מער ניט דעמאלט אט די וואס זיינען געדרוקט אין תורה אור און אין לקוטי תורה, וואס דאס איז דער צווייטע חלק אויף די ווייטערדיקע חומשים נאך תורה אור.

מטעמים שאינם ידועים האט מען זיי כמה וכמה שנים ניט מפרסם געווען, דאס הייסט ניט נאר ניט געדרוקט, אפילו ניט געגעבן להעתקה,

ס'איז דאך מגלגלין זכות ליום זכאי אדער לאיש זכאי, איז ארויס א ענין א סבה א עילה ווי מ'זאל דאס אן רופן, האט זיך אפ געדרוקט דורך א השתדלות צוויי ביכלא; פון דעם אלטן רבי'ס כתבים, וואס זיי זיינען הונדערט און פופציק יאר זינט ' מ'האט זיי אן געשריבן, און ביז דעמאלט ביז פאר צוויי יארן איז לא ראו אור הדפוס, און זיינען אפילו ניט געווען בהעתקות, אחוץ די איעצלנע מאמרים וואס ס'איז דא אין די ביכלאך וואס זיי דלנען געדרוקט אין לקוטי תורה אדער תורה אור אדער אין אגרת הקדש, און דאס אויך בכמהשינויים.

און אזוי ווי ס'איז נאך דא נאך עטליכע ביכלאך, וואס עס פון דעם אלטן רבי'ס אחוץ די מאמרים פון די אנדערע רביים, וואס את הכל עשה יפה בעתו, מסתמא וועט קומען די צייט אויף זיי אויך אפ דרוקען.

איינע פון די ביכלאך וואס האט זיך אפ געדרוקט, איז דאס הנחות פון ר' פנחס שקלאווער, וואס אויף אים האט געזאגט דער צמח צדק אז זיינע הנחותזיינען מדויקות ביותר, אויף אזוי פיל אז ס'איז געווען אמאל מאמרים וואס בשעת דער אלטער רבי פלעגט זיי זאגן איז מתוך התלהבות פלעגט ער זיך קייקלען, אזוי איז געווען דער לשון ביי חסידים ער פלעגט זיך קאטשען אויפן פאל, ווען ר' פנחס שקלאווער איז דערביי געווען פלעגט ער אויך ליגען אויפן פאל, און צוהערן זיך כאפן נאך א ווארט אדער נאך א פאר ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט, ליגענדיק, און דאס וואס ער האט ניט דערהערט, האט ער ניט אריין געשטעלט מסברא דיליה, נאר וואס דען ער האט דאס דורך געלאזן אדער אריין געשטעלט כו'.

איז איינע פון די מאמרים וואס אין דעם ביכעל פון הנחותהר"פ ז"ל, אזוי ווי דער ביכעל הייסט, איז דארט דער ענין וואס ס'רעדט זיך אבער אויך בשינוי לשון אין תורה אור בהנוגע צו מגילת אסתר, און ס'הויבט זיך אן אויף דעם מאמרז"ל אז כל הנביאים וועלן בטל ווערן לעתיד לבא, אבער מגילת אסתר וועט ניט בטל ווערן.

איז דער אלטער רבידארט מבאר, אין דער רשימה וואס ר'פנחס שקלאווער פלעגט פארקויפן, אז דער טעם אין דעם איז, אז די תורה איז א נצחית, איז אט דאס וואס מ'זאגט אז די נביאים וועט בטל ווערן איז ניט די פשט אז ס'וועט עפעס נשתנה ווערן. נאר דער לשון ביטול דא איז ע"ד וואס מ'זאגט אז שרגא בטיהרא מאי אהני, בשעת ס'לייכט דדי זון האט דעמאלט די ליכטיקייט פון א ליכטל זעט זיך ניט אן, דאס ווערט בטל אין דעם שפע אור וואס ס'איז דא פון אור השמש.

אזוי איז אויך אט די עלוים וואס ס'איז געגעבן געווארן ע"י הנביאים, וואס דאס איז דאך נבואת ה' דבר ה' היתה בפיהם ומלתו על לשונם, איז לעתיד לבא וואס אויף דערויף זאגט ער דאך ואשוך רוחי על כל בשר ונבאו בניכם ובנותיכם, וועט זיין אזוי פיל די שפיכת רוחי על כל בשר, אז ס'וועט בטל ווערן די ליכטיקייט וועט זיך ניט אן זען פון די נביאים וואס זיינען ביז איצטער, מצד דעם גילוי המקור ועוצם האור וואס ס'וועט זיין לעתיד לבא.

פרעגט ער אויף דערויף די שאלה, אויב אזוי פארוואס וועט מגילת אסתר ניט בטל ווערן, פארענטפערט ער אויף דעם, אז מגילת אסתר איז דאך אין אן אופן וואס אנכל הסתר אסתר פני ביום ההוא, ס'איז דאך דעמאלט אידן זיינען געשטאנען בהסתר פנים ווי די גמ' זאגט בארוכה אין חגיגה ובכמה מקומות, און אעפ"כ איז כאטש אז בגלוי האט זיך ניט אן געזען אלקות, האט מען דעמאלט געזען דעם נס היותר גדול, אז ונהפוך הוא אז ישלטו היהודים המה בשונאיהם, ביז וואנעט אז מ'האט דערנומען אויך די עמי הארץ, אז אין זיי האט זיך אן געזען אידישקייט.

וואס דאס איז דאך א עוצסאור ביותר, ע"ד ווי מ'האט גערעט פריער, אז אויף אצו לייכטן אין א ארט וואו ס' איז פינצטערקייט איז מוודה דיק, דארף מען האבן גאר א גרויסער ליכטיקייט. .וואס כאטש אפילו דעמאלט איז נאך געווען די נביאים חגי זכרי' און מלאכי בזמן מרדכי ואסתר, אבער אין שושן הבירה אט דארט וואו ס'איז געווען די גזירה,. און דארט וואו דער גזירה איז דערנאך בטל געווארן, מן הקצה אל הקצה, איז דארט איז געווען אין אזא העלם והסתר, ביז וואנעט אז ס'ווערט אין די מגילה קיין איין מאל ניט דערמאנט בפירוש ובגלוי שמו של הקב"ה.

ווי אזוי האט דאס געקאנט דערנעמען יענע חושך ואפילה, דערפאר וואס דארט האט זיך אנטפלעקט דער אויבערשטער ווי ער שטייט העכער פון אלע שמות און פון אלע גילויים, וואס דערפאר ן מען דאס ניט ארויס געבען בגלוי ובפירוש, דאס קאן שטיין אין א ר"ת ס'קאן שטיין איואן אופן פון א דרוש, אז מלך שבמגילה גייט דאס אויף מלכו של עולם, דער וואס אבער קוקט פון דער זייט, זעט ער דעם מלך אחשורוש פון פרס ומדי, און זעט ניט ווי אזוי איז אין דערויף איז דא דער לב מלכים ביד ה'.

ווויבאלד אז אין מגילת אסתר ווערט דערציילט א ענין ווי אזוי דער אויבערשטער

העכער פון. נאר ע"ד ווי דער עצם הנפש ביי אמענטשן קאן זיך דאך אנטפלעקן דא למטה, איז אפילו לעתיד לבא וועט זיין דער'ואשפוך רוחי על דכל בשר: איז דאך דאס איו או אופן פון גילוי ופירוש, אבער דעם עצם פון דעם אויבערשטן וועט דאס דעמאלט אויך זיין א ענין של חידוש, און א ענין של שמחה.

וואס דערפאר איז דאך כל המועדים בטלים לעתיד לבא א חוץ פורים, ווי ער זאגט אין ירושלמי, עד כאן דער רשימה פון ר' פנחס שקלאווער פון דעם אלטן רבי'נס א מאמר.

וואס דערפון לערנט מען אפ, דער ענין פון פורים איז דאך דער קיימו מה שקבלו כבר, דאס איז א הוראה ווי די גמ' זאגט אז וואס תורה איז, אז דער ענין פון תורה איז, אז מ'זאל זיין אין וועלט, אפילו אין דעם ארט אין וועלט וואס איידער ער קומט אהין צו איז דאס חושך כפול ומכופל, און אין דעם חושך כפול ומכופל קומט ער צו גייען מיט זיינע ד' אמות, און אט דארט פירט ער זיך ווי תורה הייסט דאך אים פירן, ביז באכילתו ושתיתו וטיולו וכל עניניו.

און אט דעמאלט בשעת ער גייט מיט דעם תוקף פון זיין עצם הנפש, גייט מיט דער תוקף פון דעם עצם שלמעלה, און אין שושן הבירה וואס ס'איז ניט דערמאנט דעם אויבערשטן'ס נאמען בגלוי, איז אט דארטן פועל'ט ער אט דאס וואס ער דארף אויף טאן, ביז וואנעט אז ס'ווערט דער ונהפוך הוא, אז אפילו עמי הארץ איז אויך מתיהדים כל נפל פחד היהודים עליהם.

וואס אט דאס איז אויך דער כללות ענין התורה, אז ניט ווי די מלאכים האבן געבעטן אז ס'זאל זיין דער תנה הודך על השמים, נאר אט די אידן וואס יצה"ר יש ביניכם ולמצרים ירדתם, און וואס מ'דארף זיי באווארענען און שרייען לא תרצח ולא תגנוב, צו אט די אידן גיט מען תורה און צוליב זיי גיט מען תורה, און מצד דערויף וואס ביי זיי איז דא בשלימותה ובתקפה דער נפש השנית בישראל וואס זי איז חלק אלקה ממעל ממש, פירן זיי אויס די אנווייזונג פון תורה במילואה ביז למטה מעשרה טפחים ביז אין די וואכן טעג, לאו דווקא בשבת ויום טוב ור"ה ויוה"כ.

און אין דערויף דווקא זעט ער די גדלות פון תורה, אז דאס איז ניט א ענין פאר מלאכים ווי זיי זיינען בשמים, נאר דאס מאכט אויף מיט אמענטשל ווי ער איז אין עולם, אז ניט נאר ער זאל ניט נאך געבן דאס וואס וועלט פאר לאנגט פון אים, נאר ער זאל אשער מאכן וועלט, אז דאס זאל זיין דער ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד בכל עניניו.

וואס אט דאס איז אויך א הוראה, אז אויב ס'איז ערגעץ דא א שיטה וואס זי זאגט אז מ'דארף אוועק גיין פון וועלט, און זי איז גענומען געווארן און געגעבן געווארן פאר מלאכים, און דערפאר כדי א מענטש זאל זיין ראוי לקבלה דארף ער זיך אויך אריין שטעלן ווי מלאכים, ווי א מלאך, איז דאס היפך פון דעם ענין פון תורת עם ישראל, היפך דעם ענין פון תורת משה, און וויבאלד אז דאס איז היפך פון תורת משה, קאן דאס ניט זיין אמת.

ווארום אין א ענין של פשרה קאן זיין כמה וכמה אופנים למחצה לשליש ולרביע, אין א ענין של אמת איז דאס איינס פון די ביידע, אדער דאס איז אמת אלע ענינים,וואס זיינען ניט דאס, איז דאס ניט אמת, ווער רעט נאך אויב דאס איז דער היפך פון אט דעם ענין וואס מצד אים איז תורה אראפ געגעבן געווארן דא למטה, ניט דער תנה הודך על השמים

וויבאלד אז דאס איז ניט אמת, קאן ניט אמת זיין אז דאס זאל בלייבן א דבר טוב, ווארום טוב און קדושה און אמת גייט צוזאמען, ווארום דער מקור סיי פון אמת סיי פון טוב סייי פון קדושה איז דער זעלבער, איז דאך די אלע ענינים וואס זיי נעמען זיך ניט פון דעם מקור קאן ניט זיין אז דאס זאל זיין טוב און קדושה, און דאס זאל זיין שקר, פונקט אזוי ווי ס'קאן ניט זיין אז ס'זאל זיין אמת און זאל זיין רע, אדער ניט דער ענין של קדושה.

וואס דערפאר זעט מען אויך בפועל, אז אט די ענינים וואס דאס איז חסד לאומים, וואס לכאורה איז דאך דאס חסד, למאי נפק"מ צוליב וואס ער טוט דאס, צי ער טוט דאס להתייהר, צי ער טוט דאס צוליב אן אנדער טעם, דערוויילע דער עני באקומט דאך דעם חסד זיינעם, זאגט מען אויף דערויף אז ניט נאר דאס איז ניט א ענין של טוב, נאר דאס איז אפילו קיין פארווע זאך אויך ניט, נאר וואס דען דאס איז חטאת, דאס איז דער היפך פון טוב.

- פירות חש"ר 216

לכאורה איז דאס חסד, וויבאלד אז דאס נעמט זיך אבער ניט פון דעם מקור האמת, און דאס ווערט געטאן דורך א בן אדם. איז קיין אונטערשייד ניט וואס ער שרייבט זיך אן אין זיין תכלית אויף דעם פאפיר וויער זאל זיך פירן, סוף סוף וועט דאס אראפ קומען אין ... אן אופן אז ער וועט טאן א ענין של חטאת, נאר וואס דען ער וועע דאס טאן דורך חסד.

וכידוע הדוגמא אז דאס איז דער ענין וואס בני ישמעאל האבן... אפ גיטאן די גרעסטע מערדעריי וואס אפילו ביי תיתי טרף איז דאס אויך ניט געווען, און דער יסוד דערפון איז געווען אז דאס דארף מען האבן כדי דער מין האנושל זאל ארויס קומען בשלימות.

וואס אויף דערויף איז דאך אויך ידוע דער פתגם וואס דער רבי ברענגט אים בכמה מקומות, אז טובה הבדידות עם האנשים אז אמת טאקע עס דארף זיין בדידות און דאס האט אין זיך א מעלה, ווען איז דאס אבער א ענין של טובה ומעלה, ווען דאס איז בין האנשים, בשעת ער גייט אוועק למדבר און וויל עמיצער איינריידען אז דאס איז צוליב שלימות עצמו, האט ער ניט קיין אנדער וועג סיידן ער וועט אוועק גיין מבנ"א און דארטן וועט ער שטייגן משלימות אל שלימות, איז אט דעמאלט ברענגט דאס סוף סוף אז ערמשכט אומגליקליך די בני ביתו ואלה אשר בקרבתו , און אז ס'קומט אצו אן ענין וואס מ'דארף איבערוועגן צי פאר אים א קלייניקייט צי פאר אן אנדערע אכל חייו, וועט זיין קלייביקייט איבערוועגן דער חיים של השני, ווארום האלט דאך ביי זיך אז ער איז א אדם השלם, און דער צווייטער איז א פחות שבפחותים.

וואס דערפאר זעט מען אז ס'איז דא שיטות אין אומות העולם, וואס זיל האבן זיך איינגעשטעלט אויף דעם ענין פון התבודדות, און דאס האט געדארפט הייבן כדי מ'זאל גייען משלימות אל שלימות ביז גאר אין א גרויסער שלימות, האט דאס ביט שולל געווען דער ענין פון עבודת פרך, האט מען זיך אין דערויף ניט גימישט, און דעם ענין פון רגישות האט מען זיך אין דערויף געמישט, און בשעת ס'האט זיך גערעדט וועגן א ענין של חבירו ביז אין מדריגה היותר עמוקה - אין חיים ממש,:

האט מען גע'טענה'ט אז אן אדם השלם דארף ניט שטייען אין א קו פון מדות, סיי פון צער סיי פון רצון.

פונדעסטוועגען בהנוגע לעצמו האט מען צוגעמישט דעס גאנצען רצון, נאר וואס דען דאס האט געדארפט הייסען כדי צו גייען משלימות אל שלימות, וואו האט זיך אנגעוויזען אט דער הויכקייט אז מ'איז העכער פון אלע בני אדם, און מ'איז א אדם השלם, בשעה ס'האט זיך אפגעהאנגען אן טאן א טובה א צווייטען.

און מענין לענין, דער רבי דער שווער האט אמאל דערציילט א סיפור וועגן זיין פאטער, דערציילט אז דאס איז נאך געווען בחייו פון'ם צמח צדק, איז דאך זיין פאטער דעמאלסט געווען אלט ניט עלטער פון פינף יאר, צי פינף מיט א האלב יאר, ווארוס ווען דער צמח צדק איז נסתלק געווארען איז דער שווער'ס פאטער געווען אלט פינף מיט א האלב יאר.

האט ער זיך געשפילט מיט זיין עלטערער ברודער ר'זלמן אהרון'ן. אזוי ווי זיי זיינען דאך אויסגעוואקסען אין א הויז וואס ס'האט זיך אלס גערעדט, חסיד און רבי, האבן זיי זיך צוזאמען גערעדט אז מ'וועט זיך גייען שפילן אין חסיד און רבי.

וויבאלד אז דער ברודער זיינער איז געווען עלטער פאר איס מיט אנדער האלב'ן יאר, איז געבליבן אז ער וועט זיין רבי, און דער רבי נ"ע וועט קומען צו איס ווי א חסיד פראוון זיך.

האט זיך - דער שווער האט דערציילט דער סיפור - ר' זלמן אהרן זיך אוועק געזעצט אויף א בענקעל, און האט דער היטעל איבערגעדרייט, און דערנאך איז צוגעגאנגען דער רבי נ"ע און געפרעגט ביי אים א תיקון. זאגט ער, וואס דארף ער האבען א תיקון? זאגט ער אז דער פאריק'ן שבחצי צוויי וואכן פריער שבת, האט ער געגעסען ניסלאך, דערנאך האט מען אים געזאגט, אז דער אלטער רבי שרייבט אין סידור, אז שבת דארף. מען ניט עסען קיין אגוזים.

האט איס גענטפערט ר' זלמן אהרן, אז די זאלסט אנהייבען דאוונען אין סידור, ניט אויף אויסנווייניק.

ענטפערט איס דער רבי נ"ע, ס'וועט ניט העלפען, און דו ביסט קיין רבי ניט.

פון וואנענט ווייס מען, פארוואס ער זאגט דאס, זאגט ער: א רביי אז ער ענטפערט דארף ער א קרעכץ סאן. דער עצה וואלט אפשר געווען א א עצה, דו האסט אבער ניט קיין קרעכץ געטאן. אז האסט ניט קיין קרעכץ געטאן ביסט ניט קיין רבי, און דער עצה איז קיין עצה ניט.

בשעת א איד דארף העלפן א אידן, וואס ואהבת לרעך כמוך, מה דעלך סני לחברך לא תעביד, איז דאס איז דאך כל התורה כולה ואידך פירושה הוא, איז ווייניק אין דעס אז עס זאל זיין דער וחסד וואס ער העלפט איס, ס'דארף זיין דערצו דער קרעכץ.

בשעת ער קרעכצעט,ווי דער רבי האט געזאגט אנטקעגן דער ענין פון מגילה, אז דאס איז כל אשר קרהו, דאס האט געטראפן מרדכי'ן אליין

כאטש אפילו ער הערט וועגען א גזירה אויף א צווייטען אידן, איז אט דעמאלסט גיט ער א קרעכץ, און אט דעמאלסט העלפט ער דעס צווייטען.

בשעת ער געפינט זיך אויף א בענקעל אדער אין שמי מעלה, און ער גייט משלימות אל שלימות, נאר וואס דען ער געפינט אז צו זיין שלימות דארף ער געבען אן עצה טובה קא משמע לן א צווייטען, אן רעס קרעכץ, ווארוס פאר איס איז דאס ניט א ענין וואס טוט איס וויי, ווארוס ער איז העכער פון ווייטאג וכו' וכו', איז דעמאלט איז דער עצה קיין עצה ניט, און דער חסר איז קיין חסד ניט, און ס'איז אפילו קיין פרווה"זאך אויך ניט, דאס איז חטאת, וואס דאס איז א ענין פון היפך הטוב והקדושה והאמת.

און דערפאר האט מען דאס אויך געזען במוחש, אין די גזירות, איז איינער פון די ביאורים וואס מ'האט געגעבען אויף די גזירות ר"ל פון דורינו זה, האבן געוואקסען פון אט דער שיטה, אז א מענטש דארף גייען משלימות אל שלימות ביז וואנענט ער וועט איבערשטייגען דעס גאנצען מין האנושי, במילא טאר ער זיך ניט נעמען קיין זאך צוס הארצן, ווארוס א מענין של רגש איז נידעריקער פון א מענטשישער תכלית, און נידעריקער פון א מענטשישער עילוי ודרגא,

איז דאס היפך פון דעס ענין וואס מען זאגט אז ס'דארף זיין דער "כל אשר קרהו", און ווי דער רבי שרייבט אין תניא, אז הנפשות מתאימות הס ואב אחד לכולנה, איז דערפאר איז דעם צווייטענס גזירה, איז דאס קרהו, און וויבאלד אז דאס איז היפך פון טוב און אמת און קדושה, איז דאס שקר, און דאס איז רע, און דאס איז טומאה.

נאר וואס דען, מ'לעבט דאך אין א עולם השקר, כאפט מען זיך אויף דעס, ניט דעם ערשטען טאג אדער מארגען אדער איבער מארגען, אויף דערויף איז לומט אט דער אורה זו תורה, וואס זי באלייכט דער פינסטערנש פון עולם הזה, אז מ'זאל זען וואו ס'געפינט זיך אן אבן טוב, וואס דאסהעט מוסיף זיין אין דער עילוי פון כתר מלכות, און וואו ס'געפינט זיך א ברענענדיקן קויל וואס אן דערויף וועט ער זיך אפברענען, ביז צו סכנת נפשות ממש.

און אט דאס איז דער עילוי פון אידן וואס הבדילנו מן התועים, דורך וואס, דורך דעס וואס ונתן לנו תורת אמת, און דורך אט די תורת אמת, קאן מען צוקומען אוןוויסען וואס חסד און טוב און קדושה איז, און די כללות ההנהגה אין דערויף איז, אז נקהלו ועמוד על נפשם, קלייבט זיך צוזאמען דער יו"ד פון יצר טוב, מיט'ן יו"ד פון יצר הרע, און זיי שטעלען זיך ביידע במלחמה על נפשם, און אט דעמאלסט פירן זיי אויס אז עס זאל זיין דער אורה ושמחה וששון ויקר, און דאס ווערט אויכעט אנגענומען ביי עמי הארץ, וואס נפל פחד היהודים עליהם, און זיי גיבען אוועק דעם בית המן למרדכי היהודי ולאסתר המלכה,

און ס'ווערט דערנאך דער שמחה עד דלא ידעי, און מ'איז דאס ממשיך על כל השנה כולה. לחיים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
14 Adar 5720 (13 March 1960)
Events
Purim
Id
rh-cm9d8qkj

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1TM8u02YD_mhyj30nG8ZTXI…