תבא, ח"י אלול
תבא, ח"י אלול, שיחה ב
ג. מען דארף נאך אבער פארשטיין, וואס איז טאקע דער טעם הדבר, אז דער גודל העילוי בענין האורות והגילולים קומט ע"י הירידה דוקא. דלכאורה וואס פאר א ארט האט עס אין שכל אז דער גודל הירידה איז ניט נאר וואס דורך דעם וועט גארניט פעלן, אוף ניט נאר אז דורך דעם וועט נאך צוקומען, וועט דאס נאך זיין א תוספת שבאי"ע. איז הגם טאקע אז דער אויבערשטער איז דאך כל יכול, איז ניט שייך צו פרעגן דארטן קיין קושיות, אבער מ"מ איז דאך יעדער ענין געגעבען געווארן אויך אין הבנה והשגה.
געפינען מיר אין היינטיקן שיעור תניא - וואס דער רבי האט דאך מסדר געווען זדי שיעורים בדיוק. און ס'איז פאראן דער שיעור תניא אויף ח"י אלול לשנה פשוטה און פאראן דער שיעור אויף ח"י אלול לשנה מעוברת, איז אין שיעור תניא פון ח"ל אלול לשנה פשוטה,זאגט דער אלטער רבי בשם מורו המגדי, דעם פשט פון ואנכי עפר ואפר, אז מען האט געקענט מיינען אז די אהבה רבה פון אברהם אבינו האט עפעס א ערך צו בחי' חסד ואהבה שלמעלה, מערניט וואס דער חסד שלמעלה איז העכער, זאגט ער אויף דעם ואנכי עפר ואפר, אז דאס איז כערך ודמיון מהות העפר שנעשה אפר אל מהותו ואיכותו כשהי' עץ נחמד למראה וטוב למאכל. וואס אע"פ אז דער עיקר פון אלץ איז דאך דער יסוד העפר, וואס דער יסוד העפר איז דאך איצטער אויך דא, אעפ"כ איז דאך דאס ניט בדומה כלל. וואס דאס איז אויך דער כללות הענין פון אברהם פסיק טעמא בינייהו, אז אברהם שלמטה איז באי"ע כלל צו אברהם שלמעלה. וואס דאס רעדט מען דאם בענין בחינת אברהם מצד עצמו, ובפרט כשהתפלל על אנשי סדום, וואס אפילו לגבי אברהם ווי ער איז למטה, איז דאס אויך א ירידה, איז דאס א ודאי מובן, אז ער איז בחי' עפר ואפר.
אעפ"כ שטייט אין ספר הבהיר אמר ה מדת החסד לפני הקב"ה מימי היות אברם בארץ לא הוצרכתי לעשות מלאכתי. אז אברהם דא למטה האט אומגעביטן די עבודה פון חסד דאצילות. און נאך מערער, איז כידוע דער ווארט פון רבי'ן, אז וויבאלד אז חסד דאצי' האט מקנא געווען אברהם'ן, איז דאך א ראי' אז ער איז געשטאנען נאך העכער פון חסד דאצי', ווארום מקנא איז מען א מעלה וועלכע מען האט ניט.
און די מעלה אין עבודת אברהם, איז וואו האט ער דאס באקומען, ניט זייענדיק אין אצילות, נאר דוקא כשירד למטה ונעשה עפר ואפר.
און דאס איז דער פשט וואס דער בעש"ט האט געזאגט: איהר נשלאי ישראל וואס איהר גיט זיך אפ פאר יענעם, וואס וועט זיין פון אייך אליין? דאס הייסט, אז הגם טאקע דערמיט זיינען זיי דאך מקיים א מצוה און פירן אויס דעם רצון העצמי, אבער אעפ"כ, בענין האורות והגילויים, וואס דאס איז אויך דער רצון העצמות כנ"ל, איז דאך דאס א ירידה.
ווייגע א מלך איז דאך משכמו ומעלה גבוה מכל העם ובפרט נאך ווי מען רעדט מצד דעם ענין פון התנשאות עצמי, בחי' המלך המרומם לבדו מאז. וואס עד"ז איז אויך בא נשיאי ישראל, וויילע א נשיא איז דאך דער שאין עליו אלא הוי' אלקיו, איז ער איין זאך מיטן אויבערשטן, במילא איז בא אים דא די התנשאות עצמי, וואס מצד דעם איז זיין הנהגה בהרחבה. איז בשעת ער לאזט זיך אראפ צום עם, משכמו ולמטה, איז דאך דאס א ירידה גדולה.
און אויף דעם ענטפערט מען, קומי אורי כי בא אורך, אז עס קומט צו אויך אין אורות וגילויים, וכלשון הבעש"ט, ניט נאר אין אור הכללי נאר אויך אין אור הפרטי.
און עד"ז איז בכאו"א בענין הוכח תוכיח את עמיתך, אז אע"פ אז א מצוה איז דאס טאקע, אבער בענין הגילויים איז דאס א ירידה. ווארום בשעת ער איז מוכיח דעם צווייטן, איז אפילו אויב דער צווייטער איז, בכללות, העכער פון אים, אבער אין דעם פרט אין וועלכן ער איז אים מוכיח איז דאך יענער נידעריקער, איז דאך די הוכחה א ירידה. איז אויף דעם זאגט מען קומי אורי כי בא אורך, אז עס קומט צו א תוספות אויך אין אורות וגילויים להמוכיח.
ב. וואס דאס איז אויך דער כללות הענין מ"ש בתו"א (פ' בראשית) שע"לי מעשה הצדקה נעשים מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה. וואס צדקה איז דאך פאראן צדקה בגשמיות און. צדקה ברוחניות. איז כשם ווי צדקה בגשמיות קען דאך זיין א מציאות אז דער מקבל איז רייכער, בכללות, פון דעם נותן, און אעפ"כ דארף ער אים געבען צדקה* מצד דעם ענין פרטי, עד"ז איז אויך בענין צדקה ברוחניות, כנ"ל בענין הוכח תוכיח.
און אע"פ אז בענין הגילויים איז דאס א ירידה, זאגט מען אויף דעם, אז ניט נאר וואס עס וועט אים גארניט פעלן פון זיינע גילויים, נאר עס וועט אים נאך צוקומען א תוספות, און ניט סתם א תוספת נאר א תוספת גדול ביותר ביז אלף פעמים ככה.
וואס דער לשון אלף איז ניט בדרך גוזמא נאר מען מיינט טאקע דעם מספר אלף. ווארום אין לקו"ת לג"פ שטעלט ער דאס צו צום מאמר רז"ל אלף נכנסים למקרא מאה יוצאים למשנה כו' אחד יוצא להוראה. און ער איז מבאר אז יעדער מאל בלייבט איבער א חלק עשירי, זעהט מען דאך אז דער מספר אלף איז בדיוק.
ובחינת אלף איז דאס חכמה, כמבואר שם. דבענין העולמות איז דאס בחי' אצילות שלמעלה מהשתלשלות, דהתחלת ההשתל' הוא מהבינה. און אויף דעם זאגט מען, אז בשעת ס'איז דא די עבודה פון הוכח תוכיח אפילו מאה פעמים, וואס מאה איז בבינה, ד.ה. אז ער מצד זיין עבודה דערלאנגט נאר בבחי' השתל', גיט מען אים מלמעלה בחי' אלף , שהוא למעלה מהשתל'.
וואס אזוי איז אויך בענין הנשיאות והמלוכה, אז דוקא דורך דער ירידה וואס ער ווערט א נשיא ומלך, קומט ער צו לבחינת החכמה, ווארום אבא יסד ברתא, איז ע"י המל' ווערט דער גילוי החכמה, שבכללות הוא בחי' שלמעלה מהשתל', ובפרט לפי המבואר במ"א בענין אלף דאחד, אז אלף איז בחינת הכתר.
און אויף צוקומען צו דעם עילוי, איז ע"י הירידה דוקא. וואס דאס איז אויך דער לשון אלף פעמים ככה, וואס בחי' ככה איז א מדריגה תחתונה, כמבואר שם ההפרש בין זה, כה וככה, איז דוקא דורך דער ירידה אין ככה וואס ס'איז נידעריקער ניט נאר פון זה נאר אויף פון כה, קומט ער צו לבחי' אלף. וואס דאס איז דאך דער תכלית המכוון, אויף ממשיך זיין דעם עליון ביותר אין דעם תחתון ביותר.
נאך מערער זעהט מען דאס בא משה'ן, משה משה ולא פסיק טעמא בינייהו, אז זייענדיק למטה איז ער געווען ממש ווי למעלה. ווארום דאם איז דער אופטוא פון תורה בכלל און פון פנימיות התורה בפרט, שהתורה ניתנה ע"ל משה, אז ניט נאר וואס דורך דער ירידה למטה באקומט מען געוויסע מעלה ע"ד ווי אברהם, אבער בכללות פארבלייבט דאס א ירידה, אבער דורך תורה טוהט מען אויף, אז עס גייט אראפ דער פסוק טעמא, אז דא למטה איז ממש אזוי ווי למעלה, און נאך העכער, ווארום דוקא דא למטה האט משה באקומען די תורה.
און דאס איז דער כללות הענין פון ח"י אלול, התגלות הבעש"ט ותורת החסידות שענינה איז אויפטאן דעם מחצתי ואני ארפא, אז פון די מחיצה אליין קומט מען צו צום תוספת עילוי.
(אפשר שענין יפוצו מעינותיך חוצה שבההשמטה שייך לכאן)
און דאס איז אויך דער שיעור תניא פון ח"י אלול לשנה מעוברת. וואס בשנה מעוברת דארף דאך זיין א תוספת להשוות שנת הלבנה מיט שנת החמה, איז אין שיעור תניא פון ח"י אלול דשנה מעוברת, הייבט ער אן אז כל זה הוא בנפש השכלית כו' אך באמת לאמיתו כו' הייבט ער אן צו ריידן די מדות דנה"א. איז דאך לכאורה ניט מובן, וויבאלד אז דער עיקר איז אין נה"א, איז פארוואס רעדט ער ארום די מדות באריכות גדולה בנפש השכלית און לבסוף איז ער מסיים בקצרה אין נה"א? אך הענין הוא, אז עס דארף זיין די ירידה במדות דנפש השכלית, ודוקא דורך דעם קען מען צוקומען צום נה"א. וע"ד הנ"ל בענין הירידה דאברהם בבחי' עפר ואפר.
והביאור בזה: מצד ההשתל' האט אלץ א ערך. און בשעת ס'איז דא א ירידה למטה אין א אופן פון באין ערוך, דאס איז מגלה דעם אין ערוך פון עצמות, וואס דער אין ערוך פון עצמות ווערט נתגלה אין דעם אין ערוך פון יש הנברא. איז בשעת ס'איז דא די ירידה אין גוף הגשמי, דא ווערט נתגלה דער נמנע הנמנעות שמצד העצמות וואס ער איז נושא הפכים, ע"ד ווי מקום הארון אינו מן המדה, אז אע"פ ער איז געווען אמתים וחצי אמה וחצי אמה וחצי,, און דאס איז דאך געווען א מדידה עפ"י תורה, . אעפ"כ איז די מדידה גופא געווען אינו מן המדה, וואס דאס איז מצד נמנע הנמנעות, איז מצד דעם איז ער מייחד דעם קצה התחתון ביותר מיטן קצה העליון ביותר.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 18 Elul 5720 (10 September 1960)
- Events
- Ki Savo, 18 Elul
- Id
- rh-9h1g8a3b
Copies
Recent activity
Sources
- drive