פורים
פורים, שיחה ח
י. דער רבי האט אמאל דערציילט צוויי סיפורים, און פון דער ציור פון
די צוויי סיפורים קאן ארוים קומען א מסקנא בנוגע אלינו, וואס דאס איז דאך ווי גערעדט פריער, דער סדר הרגיל אין מדות שהתורה נדרשת בהן, וואס דברי נשיאי ישראל איז דאך תורה היא וללמוד אנו צריכים, אז בשעת מ'גיט צוויי ענינים איז ע"י מדות אלו קאן מען צוקומען צו א מסקנא - צו אן ענין שלישי.
דער ערשטער סיפור איז געווען, אז ס'איז געווען אין די ערשטער יארן פון'ם אלטן רבי'ן, איז דער סדר ביי אים געווען, אז גייענדיק פון מעזריטש צוריק צו זיך, פלעגט ער גייען ע"פ רוב, דער רוב הדרך צופים, און אויך צווישן דאס וואס ער פלעגט דורכגייען דורך מושבים ועיירות מבני ישראל, אויף מאכען דארט נפשות לתורת המגיד - צו חסידות.
און אמאל איז ער גייענדיק אויף דעם וועג דורכגעגאנגען דורך שקלאוו. און איז דארט געווען אין גרויסען בית מדרש, האט מען ביי אים געפרעגט כמה וכמה קושיות אין נגלה דתורה.
וואס אזוי איז ביי אים געווען דער סדר, אז כדי לכבוש נפשות לפנימיות התורה, פלעגט ער מיט זיי פריער ריידען אין נגלה דאורייתא, וואס דאס פלעגט צוגרייטען אז דערנאך זאלן זיי אריבער גייען בהנוגע צו תורת החסידות והדרכותי' - הנהגותי'.
איז בשעת מ'האט ביי אים געפרעגט אט די אלע קושיות, האט ער דערנאך געזאגט אז ער וועט זינגען א ניגון, און האט געזונגען דער ניגון ווי דער אלטער רבי האט געזונגען, און דערביי האט יעדערע דערפילט ביי זיך ווי אזוי ס'האבן זיך ביי אים געעפענט די שערי חכמה שבנפש, און ס'פארענטפערט געווארן די קושיות וואס ער האט געפרעגט ביי דעם אלטן רבי'ן.
און על דרך זה איז דאס געווען ביי כל הנאספים יענעס מאל אין דעם בית המדרש.
דער צווייטער סיפוה וואס דער רבי האט דערציילט וועגען דער צמח צדק,
אז בשעת דער צמח צדק האט מען ארויס גערופען אין פעטערבורג, אין דער ראבינט קאמיטי, ד.ה. אין דער ועד הרבנים, וואס מ'האט געוואלט אז זיי זאלן געבען זייער הסכם אויף די הצעות המלכות, האט זיך דער צמח צדק געשטעלט בכל תוקף נגד, און האט זיך געשטעלט בגלוי.
וואס דערפאר איז ער דאך געווען כמה וכמה פעמים במשך פון די אסיפות, ארעסטירט במאסר ביתי.
דערנאך האט ער אויסגעפירט, און קומענדיג צוריק האט מען ביי אים געפרעגט ווי האט ער דאס איינגעשטעלט זיין לעבען, וויסענדיק אז אין אים הענגען זיך אפ אזוי פיל אידן הנשמעים לקולו, והמחכים להדרכותיו, און
ווען ניט ער וועלן זיי זיין טועים בדרכי החיים.
האט דער צמח צדק געענטפערט, איך וועל אייך ענטפערן בסגנון הגמרא. א תיווץ מיט א איבעית אימא. דער תירוץ איז די קינדער, און דער איבעית אימא, אז די אחדות פון חסידים וועט זיי פירן אנטקעגן משיח'ן.
דער ענין פון א ניגון וואס ער איז פושט א קושיא אין תורה,וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז מכל שכן אז פון א קושיא אין תורה קומט דאך אראפ א שוועריקייט אין עוה"ז הגשמי, איז דאך ווי ער זאגט אין מדרש, אז אט דאס אסתכל באורייתא וברא עלמא, ברענגט ער אויף דערויף א משל אז פונקט אזוי ווי א אומן וואס דארף בויען א הויז, האט ער פריער א אושתלא, א ,בלופרינט" ווי ס'הייסט דא, און ער זעט ווי די פרטים שטייען אין „בלופרינט", אזוי בויעט ער אין הויז, און אזוי אויכעט דער תורה איז דאס דער דיפתרא -דער „בלופרינט" פון דער וועלט.
אז דער אויבערשטער איז "אסתכל באורייתא" אז "יהי אור", האט ער געזאגט אז "יהי אור ויהי אור".
וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז בשעת אין תורה ווערט א קושיא, איז דאס אין „בלופרינט" א קושיא און אין וועלט קומט דערפון ארויס א שוועריקייט אין עבודת ה'.
זעט מען דערפון, אז דערצו איז דא א עצה, א ניגון. דאס הייסט ניט א. ענין וואס איז מיט הבנה והשגה, נאר א ניגון וואס דאס רירט דאך אן אין הרגש שבלב, אויב דאס איז אבער א ניגון ווי א ניגון דארף זיין, איז נעמט זיך דאס פון פנימיות הלב, ניט פון מדות חיצוניות נאר פון מדות פנימיות - פון פנימיות המדות, ביז פנימיות הלב, וואס פנימיות הלב איז העכער פון מוחין.
וואס דערפאר איז דאך פארשטאנדיק אז זי קאן פארענטפעדן א קושיא וואס ס'איז דא אין מוחין.
דערפון איז אבער פארשטאנדיק, אז דאס שפיגעלט זיך אפ דערנאך אין וועלט. אז בשעת ביי איס ווערט אראפ א קושיא אין תורה, ווערט בטל א שוועריקייט וואס ס'איז דא אין עניבי העולם. א קושיא אין תורה שטערט דאך אז מ'זאל קאנען פארשטייען די שכל התורה, דערפון פארשטייט מען אז וואס מיינט מען א שווער- יקייט אין וועלט, א שוועריקייט וואס שטערט צו זען השגחה פרטית אין וועלט, ווי אזוי "גס זו לטובה", ווי אזוי מען דארף אנגייען אין וועלט אז דאס זאל ווערען מתאים לרצון הבורא, דירה לו ית'.
וואס דערפון איז בהנוגע אלינו, בצירוף פון דער צווייטן סיפור, אז אע"פ אז דאס איז א ניגון ניט געזונגען פון דעס אלטן רבי'ן, דאס איז דאך אבער ווי די איבעית אימא פון דער צווייטען סיפור, געזונגען מיט אחדות פון חסידים, איז אט דאס איז פותח צו מפשט זיין דער עקמומית שבלב, צו מפיץ זיין אז עס זאל אנקומען לייכטער א הבנה והשגה בתודה צו די וואס שטייען בד' אמות של תורה, זאל אנקומען לייכטער עבודת התפילה ניט קוקנדיק אויף מחשבות המבלבלות צו אט די וואס זיי שטייען אין ד' אמות של תפלה, עס זאל אנקומען לייכטער דער עבודה פון בכל דרכיך דעהו בכלל, דער עבודה פון בעלי עסקים בפרט, גייענדיק אין גאס זאלן זיי דארטן דורכפירן די שליחות פון בורא עולם ומנהיגו.
בהמשך צו דעם ענין וואס מ'האט גערעדט פריער, ווי ס'איז געווען מיט א פאר יאר צוריק,האט מען געשיקט צען שלוחים אין א"י, ובעיקרס אז זיי זאלן באזוכען כפר חב"ד, און ס'איז געווען לכתחלה אפגערעדט אז דאס איז לשם ביקור אויף קומען און דארטן זיין, און אנזאטען זיך און איבערגעבען דארטן וואס זיי האבן מיט גענומען, און דערנאך קומען צוריק אהערצו, און ברענגען אהער צנ אט דאס וואס זיי האבן פון דארט מיט גענומען.
און אט די אלע שלוחים בעזר ה' ית', אחוץ איינעם וואס ער האט זיך פארקרימט אין א דרך עקלתון, און האט איס נאך צוגעהאלפן דערצו אט די וואס האבען געדארפט האבן סובתו, האבן זיך אלע איינגעארדענט אין א טוב רוחני ווי עס דארף צו זיין, און ס'איז קיין ספק ניט אז דאס וועט זיין טובתם אויך בגשמיות צי פריער מיט א טאג צי שפעטער מיט א טאג.
אט דאס וואס רעדט זיך איצטער איז וועגען א שווערערער זאך, אזוי ווי דאס איז אבער נאך א ניגון וואס חסידים האבן געזונגען ביחד, וואס דאס דארף דאך פושט זיין עקמומית שבלב, וואלט געווען א סברא אז נאך פסח צי שפעטער א ביסל, זאלן פארן אהין צו אויך א מנין על מנת אויף צו זיין דארטן עטלעכע יאר, וואס במשך זמן זה וועט דאך זיכער קומען משיח צדקינו, וועלען מיר זיי נאכגייען. - און דערוויילע -
און דערוויילע במשך זמן זה וועלען זיי דארטן אויפטאן דער אורה שמחה ששון ויקר כפשוטו,
האף איך אז אט די וואס מ'וועט זיי מציע זיין אז זיי זאלן דאס טאן, אפילו אט דער וואס האט אפגעטאן דער נארישקייט, און מפני ענינים של שטות האט דער ניט אנגענומען די הצעה וואס מ'האט אים געמאכט מיט א פאר וואכן צוריק, אבער... ונוסף עליו, אדער ניין אדער צען, וועלען בקרוב - צי דאס וועט זיין אין התחלת זומער, צי אין מיט'ן זומער, צי באלד נאך ימים טובים - פארן אין ארצנו הקדושה, און דער מרכז זייערער איז דאך כאמור לעיל איז (דוקא?) אין כפר חב"ד,
און דערנאך וואו ס'וועט זיין זייער פעולה, איז דאס ע"ד וואס דער רבי האט אמאל דערציילט, אז ס איז געווען א איד אין ליובאוויטש, האט ער געהאט א טאכטער אין וויטעבסק, צי א איידעם אין וויטעבסק, אדער קינדער אין וויטעבסק, האט ער געזאגט אז לעבען לעבט ער אין ליובאוויטש, נאר א צען פופצען יאר האט דער געזעסען ביי דער טאכטער, אבער דערנאך ביי דער ערשטער מעגלעכקייט איז ער אין ליובאוויטש ווארום ............ ....... איז ביתו, און דארט איז ער אן אורח.
איז עד"ז, צי זייער ענין דער פעולה בפועל וועט זיין אין כפר חב"ד, צי אין שליחותי', אין א אנדער ארט אין ארצינו הקדושה, אבער זייער ארט - התיישבות איז דאס אין כפר חב"ד, צי כפר חב"ר ראשון, צי כפ"ח שני שיבנה במהרה בימינו ניט קוקנדיג אויף אלע שוועריקייטן, ווייל נאכן ניגון וועלען די - שוועריקייטן אויך מסתמא בטל ווערן מתוך שמחה וסבר פנים יפות,
און דערנאך איז פון דארטן וועלען זיי העלפן מפיץ זיין מעינות החסידות מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב, ולהכין את הדרך והמסילה העולה בית א-ל, אז בקרוב ממש זאלן אלע בתוככי כלל ישראל ארויפגייען צו ארצינו הקדושה, לוממיות, וומלכם בראשם וואס דאס איז דער נשיא הדור משיח צדקינו בקרוב ממש. לחיים לחיים. דיא, מ'האט דאך פריער גערעדט, אז דער אויפטו פון פורים וואס דעמאלט איז געוולן דער קימו מה שקבלו כבר, פון דעם ענין התורה, איז אט דאס וואס דאס קומט אראפ אפילו אין ענינים גשמיים, און וואס נאכמערער וואס דאס קומט אראפ בכל ענין לפי מהותו ומדרגתו, וואס אזוי איז דאך אויך געווען אין לעמ"ז,אפ און דאס געווען "בחצר גינת ביתן המלך", זאגט דאך די גמרא: הראוי לחצר לחצר, און הראוי לגינה לגינה, הראוי לביתן לביתן, האט זיך דאס גענומען דערפאר וואס דער ענין פון פורים איז אז עס זאל זיין אן עבודה פרטית א בירור וזיכוך והעלאה פרטית בכל פרט ופרט.
וואס דערפאר איז ניט מספיק אז ס'זאל זיין אין חילוקי זמנים, נאר ס'קומט אויך אראפ אין חילוקי מקומות - אין כפרים ועיירות און מוקפות חומה.
וואס דערפאר איז דאך אויכעט דער פורים נעמט פון א עד דלא ידעי העכער פון טעם ודעת, און דאס דארף אראפ קומען ניט נאר אין ענינים רוחניים, וואס דאס איז דאך דער ענין פון עד דלא ידעי בין ארור המן לברוך מרדכי, וואס דאס איז דאך אויפגעטאן אין רוחניות הענינים עד דלא ידעי, וואס ס'דארף אויכעט אראפקומען לבסומי ווי רש"י זאגט לבסומי ביין, אויף דעם איז דא דער עד דלא ידעי בענינים שלו, און דאס דארף אוכעט אראפקומען ביז דאס קומט אין דער חוצה אין דעם זולת, משלוח מנות און מתנות לאביונים, וואס דאס קאן מען ניט מקיים זיין מיט זיך, אויף דערויף דארף מען האבן א זולת, איז ער אין דעם זולת אויכעט ממשיך דער ענין פון שמחת פורים.
דער קאן מיט דער זולת ניט ממשיך זיין דער ענין פון עד דלא ידעי דערפאר וואס תורה וויל דאך אז מ'זאל אויפטאן דעם ענין בכח עצמו, ניט דורך דעם וואס א צווייטער וועט איס מכריח זיין, וכידוע דער חילוק פון חסידות חב"ד מיט חסידות חג"ת אז דער אלטער רבי האט געמאנט אז יעדער חסיד זאל לערנען חסידות און מעמיק זיין זיך אין דערויף מיט הבנה והשגה עמוקה, און ניט ווי די שיטות פון "וצדיק באמונתו יחי'" אל תקרי יחי' אלא יחי', וואס דאס האט מען געמאנט ביי אים פון תלמידי המגיד.
וואס דערפאר איז דאך ער קאן יענעס שיקן די ענינים דורך וועלכע יענער זאל קאנען צוקומען צו עד דלא ידעי, אבער אויפטאן אין זיך דער עד דלא ידעי, דאס דארף יעדערערביי זיך אליין.
בתור מאמר המוסגר, אט די גזירה וואס מ'האט גערעדט פריער, דארף מען גלייך אנזאגען אז ניט מ'וועט ארויס שיקן מיט פארבונדענע אויגען, און אריין פאקען אין א טשימאדאן און אוועק שיקען אז יענער זאל ניט וויסען וואס און ווען מ'שיקט איס, נאר מ'וועט מיט יענעס רעדען אין א אופן פון ידעי, האפענדיק אז יענער דער מקבל דער שומע וועט אין זיך פועל'ן אז כאטש אפילו ביי איימעצען לייגט זיך נאך דער ענין ניט, זאל ער זיך ניט רעכענען מיט שטות של הזולת.
בהנוגע משלוח מנות, איז דא אין דערויף צוויי הסברים, דאס דארף מען דאך שיקן, איין איד שיקט א צווייטען מנות איש לדעהו, איז דא אין דערויף צוויי ....... וואס איז מען דא אויסען, צי מ'איז אויסן אז דער וואס האט זאל שיקן, אדער מ'זאל אויסען אז דער וואס דארף זאל מקבל זיין, אז דער צווייטער זאל דאס מקבל זיין, אדער מ'דארף האבן ביידע זאכן.
דער בירור אין דערויף קאן זיין, אז אויב איינער האט מקבל געווען און דער .צווייטער האט ניט געשיקט, צי דערשיקער האט יוצא געווען : דערמיט צי ניט. *
דאס הייסט אין וואס פאר א אופן איז דאס? אט דער וואס שיקט משלוח מנות צו א צווייטען, און דער צווייטער איז איס מוחל, באקומט ער דאך דער משלוח מנות צוריק, קומט דאך אויס אז ביי איס פעלט גארניט, דער צווייטער זאגט אז ער האט מוחל געווען, ד.ה. פונקט ווי ער האט. מקבל געווען, און א מענטש האט דאך בכח אויף זיך צו זאגן אז ביי אים ו.וערט זיך פארעכנט דער הנאה פונקט ווי ער האט דאס מקבל געווען, דעמאלט איז די שאלה צי האט ער דערמיט יוצא געווען צי ניט.
די זעלבע שאלה איז דא פארקערט, אז שיקן האט ער געשיקט און דער צווייטער האט ניט מקבל געווען, און דאס איז אז ער האט גאשיקט מנות לרעהו, ונגנבו הימנו בדרך.
איז אין דערויף פסק'נט דער רמ"א, אז אויב מ'האט איינעס געשיקט משלות מנות און יענער האט מוחל געווען, ד.ה. אז דאס איז כאילו התקבלתי, אז ער זאגט אז ער האט דאס באקומען, אבער דער וואס האט געשיקט האט עס צוריק, ביי איס פעלט גארניט, האט ער יוצא געווען מיט דער מצוה פון משלוח מנות.
ד.ה. אז דערפון ווי אזוי דער רמ"א פסק'נט איז דער ענין אין משלוח מנות איז אז דער צווייטער זאל באקומען, וואס עס טוט זיך מיט אים איז ניט אזוי נוגע, אויב ער שיקט איז געוויס גוט, אויב אפילו דאס קערט זיך אום צו איז דאס אויך ניט נוגע בגוף המצוה.
וואס אין דערויף איז דער חילוק פון משלות מנות לגבי צדקה, אין צדקה איז דער דין אז אויב איינער גיט צדקה לעני און דער עני זאגט הריני מותל אדער כאילו התקבלתי, האט ער דעמאלט ניט מקיים געווען דער מצות צדלה אזוי טרייבט דער רשב"א אין א תשובה, און איז דערמיט מסביר פארוואס מען דארף ניט מאכן ליין ברכה אויף צדקה דערפאר וואס ער איז א תלוי ברעת אחרים, ס'קאן אט עמו דער עני וועט זאגען אז ער דארף דאס ניט אדער אז ער איז מוחל, איז אט דעמאלט שרייבט דער רשב"א דער לשון פקע המצוה, איז ניט ער האט מקיים געווען די מצוה נאר וואס דען ס'איז געווארן אויס מצוה כאילו אז ס'ניטא מיין עני במחיצתו, דארף ער דאך אויך ניט געבען קיין צדקה, אבער מקיים מצות צדקה איז ער ניט.
אין משלות מנוח זעט מען דעם אויפטו אז בשעתה דער עני - דער מקבל זאגט כאילו התקבלתי אדער אז ער איז מוחל, איז ניט פקע המצוה נאר דער מצוה איז דדא, און ווי דאס שטייט אויף דערויף דער לשון אז דאס איז פונקט ווי ער וואלט דאס באקומען און וואלט דאס צוריק געשיקט.
וואס דערפון זעט מען א ענין חדש, ד.ה. לכאורה דער ענין פון צדקה איז דאך להחוות נפש העני, איז בשעת דער עני זאגט אז דאס איז פונקט ווי מען ין האט אים שוין מחי' געווען דארף דאך דאס זיין דער גאנצער מצוה אפגעטאן, ביי משלות מנות איז דאך דער ענין פון באוויזען - יענעם העלפן - ווי דער חתם סופר ברענגט אראפ דער טעם אז ס'זאל זיין הרחבה בענינו, איז כל זמן ער האט ניט נאך אט די מנות לומט דאך אים ניט צו קיין הרחבה בפועל ס'דאך מערניט וואס ער זאגט. כאילו, און דער דין איז פונקט פארקערט.
בהנוגע אלינו, אז דער ענין פון פורים איז ווי מ'האט גערעדט פריער, אז פורים זאל דורכנעמען די אלע פרטים בכל פרט ופרט כפי ענינו, וואס דערפאר טיילט מען אויכעט אוים כפרים פון עיירות, און עיירות פון מולפות חומה, אט אזוי אויך טיילט מען אויס אין מקלבלים, אז דאס זאל ניט אפהענגען אן דער משלח נאר דאס זאל אפהענגען אן די פרטים פון דער מקבל, דער משלח האט דאך אלעמאל עפעס וואס דער מקבל האט ניט, וואס'דערפאר שיקט ער דאך צו אים, אדער דאס איז דער ענין כפשוטו, אדער דאס איז דער הרחבה וואס דער מקבל דארף באלומען. איז דער דין אז אויב דער מקבל זאגט אז ער איז דאס מוחל, איז אט דעמאלט לויט זיינע כלים נאך, איז ניטא דער ענין פון משלוח מנות, הייסט דאס אאז דער משלח האט מקיים געווען דער מצוה, ווארום דער מצוה איז ניט אז ביי דער משלח זאל פעלען, און אפילו ניט אז ביי דער מקבל זאל צולומען הרחבה, די מצוה איז אז דער מקבל זאל דורכגעדרונגען ווערן מיט דער מצוה פון משלוח מנות כפי ענינו הוא, ניט ווי עיירות און מוקפות חומה נאר ווי די כפרים זיינען.
און וויבאלד אז דער מקבל זאגט אז ער איז דורכגענומען מיט דער מצוה פון משלוח מנוח און איז מוחל, האט מען דער מקבל דורכגעארבעט מיט דער מצוה פון פורים. ע מיט דער מצוה פון .
דער ענין פון צדקה איז דאך ווי ער זאגט אין מדרש, אז אמר דוד לפני הקב"ה, פארוואס דארף מען האבען עניים ועשירים, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט "חסד ואמת מן ינצרוהו" אוים ס'וועט ניט זיין קיין עניים ועשירים וועט פעלן אין סדר השתלשלות, דער ענין פון השפעה והמשכה.
במילא דארט איז דאך ניט נוגע אז דער מקבל זאל פילן אזוי צי אזוי, דערטאריז נוגע אז אין השתלשלות זאל זיין דער ענין פון המשכה כפשוטה, וואט דערפאר איז ביי צדקה דער דין אז אויב דער עני דער מקבל זאגט אז ער דארף
דאס ניט האבן, פעלט דעמאלט אויך דער ענין ההמשכה למעלה, ווארום די ספירות שלמטה וועלען אויך ניט באקומען מצד דעם טעם אדער מצד טעם אחר.
עפ"ז פרעגט מען די קשיא, ס'האט דאך געדארפט זיין אז אפילו אויב דער משלח האט גארניט ניט געשיקט, נאר וואס דען ער זאל זאגן א צווייטען הער זיך איין איך וויל דיר שיקן, און יענער וועט זאגן הריני מוחל, זאל ער אויכעט יוצא זיין מיט משלוח מנות, פונדעסטוועגען דער דין ברענגט קיינער ניט אראפ דערפאר וואס דאס איז א ענין וואס קומט ניט אראפ אין עולם העשיי' בכלל.
ער זאגט אז ער האט במחשבה אויף צו שיקן, איז פון מחשבה ווערט ער ניט קיין משלח און דער צווייטער ווערט ניט קיין מקבל. דורך וואס ווערט ער א משלח און דער צווייטער א מקבל, בשעת ס'איז דא א ענין וואס ווערט געשיקט בדרך. בשעת דער ענין איז דא איז דער מציאות ענין הנשלח לייגט ארויף א תואר אויף דער שיקער אז ער איז א משלח, און דער צו וועמען מען האט געשיקט אז ער איז דער נשלח דער מקבל צו וועמען מ'שיקט אים. וויבאלד אז די מציאות ווערט שוין אויפגעטאן דער מציאות הזולת, דארף מען דעם זולת דורך ארבעטן אז ער איז געווארן א פורים'דיקר, דורך דערויף וואס ער זאגט הריני . מוחל דער פועל איז דא ניט נוגע.
דערפון איז אויך פארשטאנדיק אז בשעת ס'איז נגנבו אדער נאבדו, איז אט דעמאלט איז מען ניט יוצא, ווארום דעמאלט איז דער זולת אינגאנצען ניט דורכגענומען געווארן מיט דעם ענין פון פורים, ווארום דער האט טאקע געשיקט און אויפן וועג איז דאס גע'גנב'עט געווארן, און דער מקבל ווייס ניט פון וואס צו זאגן צי ער איז יא מוחל צי ניט מוחל, און אפשר וועט ער ניט מוחל זיין, איז ער געבליבן אן די עבודה פון פורים, און דער ענין פורים בכלל, און דער ענין פון משלוח מנות בפרט, איז כאמור לעיל אז ס'זאל צוקומען דער ענין. נצחי שלמעלה מהשתלשלות וואס פורים איז ממשיך למטה, זאל דאס צוקומען ביז דעם זולת און אפילו ביז מתנות לאביונים.
און אט דאס איז אויכעט דער הוראה בעבודת ה', ס'דא אזוינע וואס טענה'ן אז וואס דארף ער האבן דער נסיון בפועל, אז בשעת מען שיקט אים אין א ארט זאל ער אהין-צו טאקע פארן, און דארטן זיך מאטערען און דורכפירן דער שליחות, זס'דאך גענוג אז ער וועט זיצען ביי זיך אין דער היים און וועט זיך מצייר זיין אז ער האט אין זיך אזויפיל מס"נ און אזויפיל קב"ע, אז ווען ער וועט פארן וועט ער דורכפירן דער גאנצער שליחות, און וועט אלס דורכטאן, און וועט זיך ניט רעכנען מיט ביום אכלני חורב וקרת בלילה, אבי צו דורכפירן דער רצון המשלח.
און דאס האט דאך נאך א מעלה אז אזוי וועט ער דארפן אמאל האבען אי שביעת רצון פון איימעצען אויב ער וועט טאן בפועל, וויבאלד אז דער כוונה איז אז מ'זאל אים מזכך זיין און מעלה זיין לדרגא יותר עליונה, קאן ער זיצן ביים טיש על סיר הבשר און זבת חלב ודבש, און מצייר זיין ברצוננו ובמחשבתו די אלע ענינים וואס ער דארף אויפטאן, און זען אז ער קומט זיי דורך.
דאס איז אבער כידוע וואס דער שווער האט דערציילט דער משל פון דער מעזריטשער מגיד, - ס'איז שוין געדרוקט און מסתמא ווייס מען דאס - וועגען דער מעזריטשער מגיד איידער ער איז געווארן דער בעש"ט'ס א תלמיד איז ער געווען אויכעט א גרויסער מקובל, און ער האט געהאט כמה חברים מיט וועלכ: עד האט געלערנט צוזאמען קבלה, און האבן אויך געדאוונט דעמאלסט ע"פ כוונות האריז"ל וכו' וכו', דערנאך בשאר היום האט מען געלערנט תורה.
בשעת ער איז דערנאך געווארן דער בעש"ט'ס תלמיד, האט ער זיך געטראפן. מיט זיינעם א פריערדיקן תבר, האט דער חבר געזען אז ער איז מאריך אין עבודת התפילה אזוי פיל, אז איס קומט אויס לערנען ווייניקער מיט אזויפיל און אזוי- פיל צייט.
האט ער ביי אים געפרעגט, מאי האל. זיי האבן דאך צוזאמען געלערנט קבלה, און צוזאמען געדאוונט ע"פ כוונות האריז"ל, און דער דאווענען פלעגט געווערען כך וכך זמן, און דער איבעריקע צייט אנז געווען זמן תורה, און איצטער זעט ער ניט אזוי.
האט ביי אים דער מגיד געפרעגט, מיט וואס פארנעמט ער זיך אין עניני העולם אלס פרנסה.
האט איס יענער מסביר געווען אז איצטער זינט שנפרדו, איז אזוי איז דער פרוי זיינער די בע"ב'סטע איז זיך עוסק אין מסחר, נאר איין מאל צי צוויי מאל א יאר פארט ער אין לייפציג איינקויפן סתורה, און ברענגט די סחורה צו די פרוי און דערנאך ביז דער צווייטער יריד אין א האלב יאר ארום צי אין א יאר ארום, זיצט ער על התורה ועל העבודה.
פרעגט ביי איס דער מגיד, וויפיל געווערט דער פארן אין לייפציג?
זאגט ער אים אז דאס געווערט כך וכך וואכן, ווי ס'איז געווען אמאל דער סדר. פרעגט ער, פארוואס דארף אזוי לאנג געווערען?
זאגט ער, אז פריער פארט מען דאס אין דער קרעטשמער און דער קרעטשמע . און דערנאך דארף מען איבערנעכטיגען און בייטן פערד, דערנאך דארף מען איינקויפן סחורה, און מ'דארף ווארטן אויפן יריד, דערנאך דארף מען פארן צוריק, מוז דאס נעמען אזויפיל און אזויפיל וואכן.
זאגט איס דער מגיד, לכאורה אט ווי דו האסט ניט די קביעות עתים פארנדיק פון יריד און צום יריד, קומט דאך דארט ניט צו לערנען תורה ווי די זיצט ביי זיך אין דער היים.
זאגט איס דער מגיד, אויב אזוי איז דאך לכאורה האסטו געקאנט איינשליסען זיך ביי זיך אין קאמער, און זיך מצייר זיין אז ביום ראשון פארסטו ארויס, און ס'גייט דורך אזוי פיל שעה קומסט דו אין קרעטשמע, און דארט בייטסטו די פערד, דערנאך קומסט דו אין דער צווייטער קרעטשמע, און דערנאך געווערט אזוי פיל טעג קומסט דו אין לייפציג, און די קויפסט איין די און די סחורה, דערנאך פארסט דו איזוויפל ביי דיר , וועט דיר געווערען די ציור יכל הפרטים בפרטי פרטיות, וועסט דאס מאכען אין א פאר שעה, און די וועסט ניט דארפן מבטל זיין אויף דערויף עטלעכע וואכן, וועסטו קאנען די איבעריקע צייט לערנען תורה.
זאגט איס יענער, גוואלד! איר זייט דאך גאר א בטלן! איךקוך טאקע מצייר זיין, אבער די סחורה וועל איך דאך ניט ברענגען.
דער זעלבע זאך, מ'קאן מצייר זיין דעם ענין פון מס"נ מיט לימוד התורה זמיט אלע ענינים, אבער די סחורה בפועל מיט וואס צו גייען און פארקויפען
און אויפטאן און האבען פרנסה רוחנית, וע"י זה פרנסה גשמית, אט דאס וועט ניט זיין. און אט דערפאר דארף מען האבען אז עסזזאל אנקומען דער ענין צו דער מקבל, און דער מקבל זאל דאס ביי זיך איבער ארבעטען דער ענין, ניט דער משלח, נאר דער מקבל, און דעמאלסט אויב מיט דעס מקבל האט מען אלם אויפגעטאן, און ער איז געווארן ביז וואנענט אז ער זאגט הריני מוחל, אדער כאילו התקבלתי, אין דערויף באשטייט דער מצוה פון משלוח מנוח. בשעת אבער נגנבו או נאבדו בדרך, האט דאס אין מקבל גארנישט ניט אויפגעטאן, אדער אפילו אז ער איז זיך מצייר און דער מקבל איז אויך ביי זיך מצייר, איז ניט דער איז אריין אין גדר משלח, און ניט דער איז אריין אין גדר מקבל. און אט אזוי איז אויכעט בכל עניני הורה ומצותי' איז ניט מספיק אט דאס וואס מ'זאגט רחמנא ליבא בעי,אז מ'קאן דערמיט אינגאנצען יוצא זיין, און רעכענען אז דער וועט משער זיין בהרגש שבלב, אז ער קאן דורכפירן און ביישטייען די אלע נסיונות און בלייבן גאנץ, במילא איז ער פשור פון עשי' בפועל, איז אויף דערויף זאגט מען אז עשי' לעילא און המעשה הוא העיקר, און אז נאך מערער, ווי אזוי קאן מען אויספרואוון און וויסן אז ער איז ראוי לכך און וועט דורכפירן די שליחות, איז ניטא קיין אנדער וועג ווי ער וועט אפטאן דער שליחות בפועל ובמעשה ולמטה מעשרה טפחים. און וויבאלד אז מען האט דאס ארופגעלייגט אויף אונזערע פלייצעס, האט מען געגעבן כוחות אז מ'זאל דאס קאנען דורכפירן, און ווי מ'זעט במוחש בסנים האחרונות, אז מ'טוט באמת ובתמים פירט מען דאס דורך מתוך מנוחה ושמחה, אדער בלשון המגילה מתוך אורה ושמחה וששון ויקר, כפשוטה. לחיים.
אפשר איז דא שטיינמיץ ערגעץ? אפשר וועסטו זאגען לחיים עד דלא ידעי. דערנאך אפטאן מכאן אלע גוטע -זאכען. לחיים ולברכה.
וואו איז דא לאזאר זאל ער אויכעט נעמען א פולן כוס. נעמט דא צו די פלעשלעך און טיילט זיי פאנאנדער..
(נתן לכמה בקבוקים לחלק). יב. מסתמא האבען אלע געליינט וועגען דעם ענין וואס "את אשר קרהו" אין (ארגאדי ?).
מ'דארף האפען און זיין שטארק אין בטחון, אז ס'וועלען זיך אפזוכן לעבעדיקע נאך א סאך אפילו פון די וואס דערוויילע האט מען זיי נאך ניט אריבער געפירט אין אנדערע ערטער. אבער בכל אופן איז דאך דא עטלעכע וואס מ'ווייס וועגען זיי, און רז"ל זאגן דאך און דאס איז דאך אויכעט מובן בכמה מקומות דער פסק משנה אז נפש אחת מישראל איז דאס אן עולם מלא, איז דערצו איז דא מערניט ווי איין עצה ע"ד ווי ער זאגט אין אגה"ת אז הי' רגיל לקרות פרק אחד יקרא שני פרקים ללמוד דף אחד ילמד שני דפים, אז במקום פון איין מוסד זאל מען אויפשטעלען צוויי אדער כמה פעמים ככה, ע"ד ווי לוחות הראשונות ווערן אנגערופן כפלים לחושי', איז דאך דאס ניט צוויי מאל אזוי פיל נאר א סאך מערער, ווי דער מדרש איז מבאר אז אזוי איז געווען מערניט ווי חמשה חומשי תורה וספר יהושע, און אזוי וועט זיין ספרא וספרי משנה ומכלתא ותוספתא וגמרא ביז"עלמות אין מספר,
עד"ז איז אין דערויף אויכעט דער תיקון הדבר בהנוגע אלינו ולפעולחינו, אז במקום מוסד אחד אויפשטעלן כמה מוסדות, ובמקום תלמיד אחד אופשטעלן כמה
וכמה תלמידים, ובמקום תלמידות כמה וכמה תלמידות.
און וואס אט דעמאלט איז דאס ניט נאר א ענין וואס האלט אויס אין חשבון אז מ'האט ממלא געווען דער מקום החסר, נאר ווי מבואר אין קבלה און אין חסידות און אויך מובן אין כללות תורתינו, אז אלע אידן זיינען א קומה אחת שלימה, און אז בשעת מ'גייט אוועק נאך לאחר מאה ועשרים שנה, והנשמה נצחית היא, נאר וואס דען זי גייט אריבער אין אן אנדער מעמד ומצב און אט דעמאלט איז איר עילוי ועלי' מדרגא לדרגא היינגט אפ אן מעשה התחתונים, איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז אזוי ווי דורך צדקה טוט מען אויף אין א נשמה, עאכו"כ אז מ'שטעלט אויף במקומו כמה וכמה לעבעדיקע תלמידים וואס זיי וועלען לערנען מיט התמדה ושקידה, איז ניט נאר ס'ווערט פארנומען דער "ספסלא דבי מדרשא", נאר דאס פועל'ט אויף א עלי' מדרגא לדרגא ומחיל לחיל אויך אין דער נשמה וואס מאיזה סיבה שתהי' איז נקטף בדמי ימיו.
און אט דערפאר איז דאך אויכעט דער סדר ווי ע"פ תורה איז, אז ס'דא די שלשה ימים אויף איין סדר, און שבעה ימים אויף א צווייטער סדר, און דערנאך שלשים יום ביז י"ב חודש, בהנוגע אבער צו אויפטאן אן עלי' אין דער נשמה אנז ניטא אויף דערויף קיין הגבלות, וואס דערפאר איז דאך דער ענין ה"יארצייט האט דאך אויף זיך ניט קיין הגבלה, און ס'שטייט דאך אויף דערויף דער ביאור אז די נשמה איז עולה מדרגא לדרגא ומחיל אל חיל, און דורך מעשים טובים שנעשים לזכותה עאכו"כ אז מ'שטעלט צו א ממלא מקום, איז דאם פועל'ט אויף אן עלי' שלא בערך אין דעם וואס בסבתו ועל ידו איז צוגעקומען נאך א תלמיד און נאך א תלמידה.
און אט דאס וואס מ'דארף בעטען ביי דעם אויבערשטען, און אין א עת רצון פועל'ט מען דאס אויף, אז דאס זאל זיין ניט אין א אופן פון אודך הוי' כי אנפת בי, נאר אז ס'זאל זיין מתוך שמחה וטוב לבב ובחסד וברחמים,
אז מתוך אורה שמחה וששון ויקר זאל מען מוסיף זיין אין מוסדות, און דער עיקר מוסיף זיין אין לומדים ולומדות, און דאס זאל זיין א ריבוי בכמות און א ריבוי באיכות, ביז אין א אופן פון "ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה", ביז יעלה הפורץ לפנינו וה' בראשם. לחיים לחיים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 14 Adar 5720 (13 March 1960)
- Events
- Purim
- Id
- rh-fwgnzvz1
Copies
Recent activity
Sources
- drive