עברית
Library

ליל שמח"ת, לפני הקפות

ליל שמח"ת, לפני הקפות, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. דער רבי האט אמאל איבערגעזאגט בשמח"ת א תורה פון בעש"ט אויף די משנה בת קול יוצאת מהר חורב מכרזת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, ופירש הרע"ב שאין לה עוסקים. . .

די משנה זאגט אונז מען זאל ניט מיינען אז תורה איז א אלטע זאך וואס ס'איז געגעבן געווארן מיט טויזענטער יארן פריער און דאס וואס מיר לערנען איצטער תורה איז דאס א ענין וואס מען האלט זיך אן אין א אלטער זאך, זאגט אויף דעס די משנה, אז בכל יום ויום, יעדער טאג, גייט ארויס א בת קול פון. הר חורב, דער זעלבער בארג סיני שבו ניתנה התורה, און מאנט פאר עלבונה של תורה.

איז ניט דער פשט אז ס'איז עלבונה של תורה מצד תורה, נאר כפירוש הרע"ב שאין לה עוסקים, אז קיין עוסקים האט זי ניט, וכדיוק לסון המשנה, אוי להם לבריות.

איז דאך אבער די שאלה, א כרוז איז דאך בכדי מען זאל אים הערן, איז וואס איז די פעולה פון דעם בת קול בשעת מען הערט אים ניט? זאגט דער בעש"ט, אז דער בת קול רירט אן אין פנימיות הנשמה, און דארטן הערט ער זיך.

וביאור הענין: דער עיקר פון א מענטש איז דאך ניט די רמ"ח אברים גשמיים וכו', נאר עיקרו איז דאך הנפש אשר בו

כמובן בפשטות, ובמילא, איז דאך ניט נוגע אז דער ב"ק זאל דזיך הערן אין זיינע אברים נאר אין זיין נפש, שהוא העיקר שבו. אין נפש גופא, איז דאך ניט דער עיקר דער נפט החיונית שבו, ווארום דאס איז דאך דא אויך בא בעלי חיים, איז דאך ניט דאס ענינו של האדם, עיקרו של האדם איז דער נפש השכלית שבו, ווארום אויב מצד נפש החיונית לבד איז דאך דאס דא אויך בא בעלי חיים, במילא אויב ער נוצט ניט זיין שכל איז ער דאך גלייך צו א בהמה, און נאך ערגער פון איר, ווארום א בהמה האט דאך ניט קיין שכל משא"כ א אדם וואס ער איז א בעל שכל ומתנהג כבהמה, איז ער דאך ערגער פון איר, ונמצא מובן אז עיקרו איז דער שכל.

אין דעם גופא, איז בשעת עם רעדט זיך וועגען א אידן, איז דאך עיקרו נפשו האלקית, וואס זי איז פארבונדן מיט תורה, און אין דער נשמה דערהערט זיך דער בת קול, וואס מצד דעם קומט דאס אראפ אויך אין די כחות הגלויים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Tishrei 5720 (24 October 1959)
Id
rh-d674jsec

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1yoQHl0pDVzB9t4DvaIh_5m…