עברית
Library

אחש"פ

אחש"פ, שיחה כב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

כט. מצד הנ"ל, איז בסעת מען איז געקומען צום רבי'ן און געזאגט אים אז ס איז דא מעגליכקייט אויף איינפירן א שעה אין וואך אויף לערנען אידיסקייט, האט זיך דער רבי' זייער שטארק אנגעכאפט אין דעם און פארלייגט אלע כחות אויף דעם, ומזמן לזמן האט זיך דאס פארשטארקט ומתפשט ומתרחב.

אזוי ווי אויף יעדער גוטע זאך, איז געקומען דער יצה"ר און וויל דאס שטערן, וויסענדיק אבער אז בשעת ער וועט קומען צו א אידן און זאגן אים ער זאל ניט מקיים זיין קיין מצוה, וויים דאך דער יצה"ר אז מען וועט אים ניט פאלגן, דערפאר האט ער זיך אנגעטאן אין א איצטלא דרבנן, אין א זיידענע זופעצע, און טענה'ט אז הנ"ל איז א מניעה צו חינוך הכשר.

כאטש מען האט דאך געזעהן במוחס ווי די שעה לערנען האט געראטעוועט הונדערטער קינדער פון ק"נ און אויך פון גקה"ס, איז אבער דער חוסך אזוי שטארק, אז ניט קוקענדיק אויך דעם וושט מען זעט דעם גודל התועלת פון דעם במוחש, קען מען טענה'ן אז דאס איז א מניעה לחינוך הכשר.

ובכדי אז די טענה זאל נתקבל ווערן, טענה'ט מען איר בתוקף גדול, ווי דער נאצי ימ"ס האט געזאגט אז בשעת מען וויל זאגן א ליגן זאל מען אים סרייען בקול גדול, ווארום בשעת מען שרייט בקול גדול און מיט א זיכערקייט, וועט קיינעם ניט איינפאלן אז דאס איז א ליגן, און וואס דער ליגן איז גרעסער דארף מען דאס שרייען העכער און שטארקער.

טאמער איז געווען ווייניק די הוכחות פון דעם

וואס

- ו29 וואס מען האט געזעהן במוחש דעם גדול התועלת, איז צוגעקומען. נאך א הוכחה, א גוי איז דאך ניט קיין בעל בחירה, איז בשעת מען קומט צו א גוי און מען זאגט אים מיט א תוקף אז אזוי איז דער רצון העליון, איז ער באלד מסכים אויף דעם. האט מען געזעהן איצטער, אז בשעת מען איז געקומען צו א גוי און געזאגט אים אז מען דארף פארשפרייטן דעם לימוד פון אידישקייט א שעה א וואך, האט ער באלד מסכים געווען אויף דעם.

א איד איז דאך אבער א בעל בחירה, קען ער זיך שפארן. איז פראן אזוינע וועלכע טענה'ן אז דאס טויג ניט און ס'איז א מניעה לחינוך הכשר.

לא לדרשה קא אתינא, נאר איך מיין בפועל. על כאו"א אויף העלפן בהנ"ל און אויך מעורר זיין בדרכי נועם די וואס ווייסן נאך ניט המעלה שבזה.

' ובשעת מען וועט גיין מיט דרכי נועם, און דער עיקר מיט הוכחות מוחשיות אז מען וועט אנווייזן מיטן פינגער אויף לעבעדיקע קינדער וועלכע מען האט געראטעוועט דורך דער שטונדע, אט איז א אינגעל וואס ער לערנט איצטער אין א ת"ת און א ישיבה, אט איז א מיידל וועלכע לערנט איצטער אין א בית רבקה אדער א בית יעקב, און אט איז א פרוי וועלכע האט שוין חתונה געהאט און פירט א אידישע הויז, איז בשעת מען וועט ריידן בדרכי נועם וועט מען זיכער פועל'ן.

און דער אויבערשטער זאל געבן אז כימי צאתך מארך מצרים אראנו נפלאות, אז די קינדער זאלן זיין הם הכירוהו תחלה, אנווייזענדיק מיטן פינגער, הנה אלקינו זה זה הוי' קוינו לו נגילה ונשמחה ביסועתו.

ווי גערעדט

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Nisan 5720 (19 April 1960)
Id
rh-dzhep3s2

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1774OFOQiPFiQcBZ2idBdNr…