עברית
Library

ל"ג בעומר, שיחה בעת הפאראד

ל"ג בעומר, שיחה בעת הפאראד, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פאראד", ה'תש"כ.

א. ל"ג בעומר איז דאך א טאג וואס איז ספעציעל פארבונדן מיט קינדער, וועל איך רעדן בעיקר - אין אן אופן - און וואס איז שייכות צו קינדער, אזוי ווי אבער יעדערער פון אונז געדיינקט דאך זיכער די צייט ווען ער איז אויך געווען אין די יארן - פון קינדער יארן, און האט זיכער גוטע ערירערונגען און זכרונות פון דעמולט, האף איך אז דאס וועט אויכעט צוניצקומען און האבן א שייכות אפילו צו די וואס אין יארן זיינען זיי שוין ארויס פון קינדער יארן, ובפרט נאך אז יעדער ענין פון תורה האט דאך א מיינונג און אן אינהאלט פאר אלעמען אומאפהענגיק אין וואס פאר א משל און אין וואס פאר א ווערטער מ'גיט דאס ארויס צי פאר קינדער צי פאר עלטערע.

און דער אויבערשטער זאל העלפן אז אפילו אט די וואס לויט די ניארן זיינען זיי שוין ארויס פון קינדער און יוגנט, זאל בא זיי באנייט ווערן די ענערגיע, מיטן לעבנס-קראפט, מיטן ווילן, אז זיי זאלן טאן פון איצט אן און ווייטער, אין אלע ענינים פון אידישדייט, פון תורה און מצוות מיט יוגנט-קראפט, און מיט דעם שטארקן ווילן, און התלהבות און התפעלות פון חיות, פון קינדער וואס האלטן אין בויען זייער לעבן, און וואס זיי זיינען דאך דער עתיד - דער צוקומפט פון דעם גאנצן אידישן פאלק אין אייניגע יארן ארום.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
18 Iyar 5720 (15 May 1960)
Id
rh-qy8tyxv2

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1F40nul0xhEYvmDj4sXvbAs…