ליל ב' דחה"פ
ליל ב' דחה"פ, שיחה ח
יג. על גאולתינו ועל פדות נפשנו:
אדי צוויי ענינים א) גאולתנו ב) פדות נפשנו זיינען די זעלבע צוויי ענינים פון הוצאתיך א) מארץ מצרים ב) מבית עבדים, המבוארות בהמכתב, אז דאם מיינט די חרות פון די ענינים שמבחוץ און פון די ענינים שמבפנים.
ולכאורה, איז דאך דא א סתירה צו דעם, מהמבואר בתניא פל"א בענין כי ברח העם, אז צוליב וואס האט מען געדארפט
אנטלייפן, וויילע דער רע בנפשם איז נאך געווען בתוקף, האט מען געדארפט אנטלייפן פון זיך אליין, פון דעם רע שבנפשם, דלכאורה איז דאך דאס סותר צו דעם וואס מען רעדט אז ביצי"ם איז געווען די גאולה אויך פון די ענינים שמבפנים? והנה, דער מקור פון דעס ענין איז א זוהר, עס שטייט אין זוהר, שאל ר' ייסא מרשב"י, וואס דערמאנט דער אויבערשטער חמישים פעמים בתורה אז ער האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים, ער האט דאך צו געזאגט צו אברהם אבינו, איז וואס איז דער שבת אז ער האט מקיים געווען די הבטחה? האט אים רשב"י גיענטפערט: קוב"ה לא אתני עם אברהם אלא דיפיק ית ישראל מן גלותא דמצרים, פון דעם גלות אין וועלכן ער האט זיי אריינ- געגעבן. אבער פון גלות אין מ"ט שערי טומאה, אין וועלכן זיי אליין זיינען אריין, אויף דעם איז ניט געווען די הבטחה, און דאם איז דער שבת אז אויך פון דעם גלות האט ער זיי ארויסגענומען. הרי מפורש בזוהר אז גאולה מצרים איז געווען אויך פון די מניעות שמבפינם - ארץ מצרים און ניט נאר בית עבדים.
ואי"ז סותר למ"ש בתניא, ווארום גאולת מצרים איז געווען בדרך מלמעלמ"ט, דערפאר איז דאס שפעטער נפסק געווארן דזהו הטעם אז דעם ערשטען טאג זאגט מען הלל שלם און דער נאך נאר האלב הלל און דער נאך זאגט מען לגמרי ניט קיין הלל, נאר ס איז די עבודה פון ספה"ע מלמטלמ"ע, מען זאל אליין ארויסגיין פון די מצרים, אמנם דאס גופא אז מען זאל שפעטער קענען אליין ארויסגיין פון די מצרים בדרך מלמטלמ"ע איז דאם פון דעם נתינת כח והגאולה שהיתה בשעת יצי"מ.
און דער טעם, פארוואס האט מען טאקע געדארפט האבן אז עם זאל שוין זיין די יציאה ממצרים לפי שעה עכ"פ, הגם אז שפעטער וועט דאך ווייטער זיין די מצרים וגבולים והיציאה ממצרים וועט זיין דורך עבודה, איז דער טעם אויף דעם, וויילט מען האט געדארפט עסן דעם קרבן פסח, וואס וכל בן נכר לא יאכל בו, דערפאר איז בשעת מעשה איז מען ארויס לגמרי פון דעם ר. אבער אעפ"כ איז בהעלם נאך דאם געבליבן, דזהו"ע מה שמבואר בתניא, מצד הרע שבהעלם ובפנימיות, שחזר ונתעורר אח"כ.
אמנם, בגאולה העתידה, וואס זי וועט קומען דורך עבודה מלמטלמ"ע, איז די גאולה וועט האבן א קיום. וזהו ונודה אלך שיר חדש, לשון זכר בר קיימא, על גאולתינו ועל פדות נפסנו, אז ביידע ענינים וועלן זיין לשון זכר, דבר של קיימא.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Nisan 5720 (12 April 1960)
- Events
- Pesach, night 2
- Id
- rh-gg1bhfjc
Copies
Recent activity
Sources
- drive