ליל שמח"ת, לפני הקפות
ליל שמח"ת, לפני הקפות, שיחה ב
ב. וואס איז די מצות פון שמע ישראל, אויף וועלכע מען זאגט, אז זי איז בכל זמן ובכל מקום? - שמע ישראל, א איר דארף פארשטיין און דערהערן, אז הוי' אלקינו, אז אפילו בזמן הגלות איז די הנהגה מיט אונז פון הוי' שלמעלה מהטבע, וואס דורך דעם וועט ער צוקומען צו דער הכרה אז הוי' אחר.
און א ראי' און א עדות אויף דעם זיינען אידן אליין, פון דעם וואס מען זעט אז ניט קוקענדיק אז ס'איז כבשה בין ע' זאבים און פונדעסטוועגען משתמרת, אז קיינער פועל'ט אויף זיי קיין חלישות ניט, איז דאך דאס א עדות אז הוי' אלקינו.
וכמו"כ ברוחניות, פון דעם וואס מען זעט אז דיקנא אשתאר בך לעלם, וואס דאס גייט דאך אויף פנימיות ועצם הנשמה, איז דאך דאס א עדות אז הוי' אלקינו, ווארום אע"ב אז אין כחות הגלויים קען זיין א חלישות, אבער צום עצם איז דאך דאס ניט נוגע, איז די עצם הנשמה זי איז דער עד.
און אויף דעם זאגט מען אז עס דארף זיין דע ער, אז דער "עד" פנימיות הנשמה, דארף מען דאס ממשיך זיין אויך אין כחות הגלויים, אין ידיעה, ובשעת מען איז ממשיך דעם "עד" אין דעם "דע", ווערט אויך אין די כחות פנימיים א אויפטו אז זיי גייען ארויס פון הגבלה, ווארום הגם שמצד עצמם זיינען זיי בהגבלה, איז אבער מצד גילוי פנימיות הנשמה אין זיי גייען זיי ארויס פון הגבלה, וואס דורך דעם גייט אויך אראפ דער גלות, ווארום דער גאנצער העלם והסתר הגלות איז שייך נאר אויף די כחות פנימיים אבער ניט אויפן עצם.
און דערפאר איז ער מסיים בפרשה ראשונה דק"ש, מצות מזוזה, וואס אמיתית חיוב מזוזה איז נאר בא"י דוקא, און דאס איז אויך וואס בסיום ק"ש זאגט מען אני ה"א אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים, ווארום דורך די עבודה פון "דע" "עד", גייט מען ארויס מכל המצרים והגבולים..
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Tishrei 5720 (24 October 1959)
- Id
- rh-qwgfwcsz
Copies
Recent activity
Sources
- drive