שלח, מבה"ח תמוז
שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ח
ט. תמוז איז דער תוקף החום, דערפאר איז בשעת מען וויל מדגיש זיין די קרירות פון א חמור, זאגט מען דעם לשון, חמרא בתקופת תמוז קרירא לי'.
חמימות מיינט די חמימות פון שמש הוי'. ומצד דעם חומר הגוף - חמור - איז אפילו בשעת ס'איז מאיר דער שמש הוי' בתקפו, איז אים נאך אלץ קאלט.
יעדער ענין דארף מען דאך אויסנוצן אין עבודה, איז אויך טבע קרירות החמור, דארף מען אויסנוצן אין עבודה, אז מען זאל זיין קאלט בענינים הגשמיים.
דארפן דארף מען האבן א קאך אין קדושה. בשעת אבער מצד טבע הגוף, האט ער ניט קיין קאך אין קדושה , איז עכ"פ פועלן א קרירות אין עניני העולם.
דורך וואס פועל'ט מען די קדירות - איז פאראן א ווארט פון בעש"ט בענין פרשת ציצית שבסיום הסדרה: יסתכל בתכלת ויפול עליו הפחד. איז דאך ניט מובן, וואס רעדט דער בעש"ט וועגען א ענין וואס ס'איז היינט ניטא, ובפרט לפי המבואר בכהאריז"ל דעם טעם פארוואס עס קע* ניט זיין קיין תכלת בזמן הזה? נאר דעם פשט איז, אז דער זעלבער ענין וואס ס'איז נמשך געווארן אמאל ע"י התכלת, איז דאס היינט אויך דא, נאר היינט ווערט דאס נמשך ע"י חוטי לבן. וענין התכלת איז כמרז"ל תכלת דומה לים. ווכו' לכסא הכבוד, איז בשעת מען טראכט זיך אריין און מען איז זיך מתבונן וועגען דעם אדם שעל הכסא, איז תפול עליו הפחד.
טבע הפחד איז דאך כיווץ, במילא נעמט עס צו דעם גישמאק און דעם קאך פון ענינים הגשמיים.
און אזוי ווי יר"ת איז א כלי צו יר"ע, איז דער פחד און דער קדירות אין גשמיות וועט סוכ"ס בריינגען אויך דעם קאך אין גדושה.
און כאטש אז ער קאכט זיך ניט אין גשמיות, איז דאס ניט מונא צו די השפעת הגשמיות בפועל, ואדרבה, און ווי ער זאגט אין די סדרה וואס נאך ציצית (פ' קרח), וואס עס רעדט זיך דארטן וועגען כהונה וענין השקדים, עד מהרה ירוץ דברו, אז עס וועט נמשך ווערן כל ההשפעות, אויך אין גשמיות, אן קיינע מניעות.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Sivan 5720 (18 June 1960)
- Id
- rh-n5eb1yc6
Copies
Recent activity
Sources
- drive