עברית
Library

יום שמח"ת

יום שמח"ת, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. אזוי ווי אין תורה איז פאראן איהר כלל און איהר פרט, אזוי אויך באדם הלומד תורה איז פאראן בכללות צוויי זמנים און אופנים, און דאס זיינען: א) דער לימוד פון תשב"ר, ווואס זיי זיינען דאך נאך ניט שייך צו השגה, טויבא זיי איז בבחי' כלל. און פאראן דער לימוד פון גרויסע , וואס זייער לימוד איז בהשגה.

ועפי"ז נמצא מובן אז ענין שמח"ת, דער כלל פון תורה, איז פארבונדן מיחוד מיט תשב"ר.

מעלת לימוד תשב"ר איז דאך ידוע אז אויף הבל תשב"ר קיים העולם, און אין מבטלים לימוד תשב"ר לבנין ביהמ"ק, און ווי די גמרא איז מבאר מעלת תשב"ר לגבי הלימוד פון אמוראים, אינו דומה הבל שיש בו חטא להבל שאין בו חטא.

איז דאך מובן דער פשט פון הבל שאין בו חטא, אז ס'איז גאר ניטא קיין נתינת מקום לחטא ווארום אויב די מעלה וואלט געווען שאין בו חטא בפועל, דאס איז . דאך אויך בא דידי ודידך, און אין וואס באשטייט זייער מעלה, אז זיי זיינען גארניט שייך צו דעם.

וע"ד שהי' קודם חטא עה"ד, וכמו"כ לע"ל בשעת אז ואת רוה הטומאה אעביר מן הארץ, אז ניט נאר וואס עס וועט ניט זיין קיין חטא בפועל, נאר עס וועט גארניט זיין קיין אפשרות לחטא, ווארום אזוי וועט יעמולט זיין דער אויר העולם, וע"ד איצטער וואס א בהמה אנטלויפט פון פייער, וואס דאס איז דאך ניט מצד הבנה והשגה.. נאר ס'איז א ענין טבעי. אז בשעת מען שטעקט אריין א אבר אין פייער בריט מען זיך אפ עד"ז וועט זיין מניעת החטא לע"ל, אז דאס וועט קומעוניט מצד הבנה והשגה נאר עס וועט זיין א ענין טבעי, ווארום דער עולם וועט זיין מזוכך באופן אז אין עולם וועט ניט קענען זיין מציאות החטא.

און אזוי ווי אלע ענינים דלעתיד זיינען דאך דא א מעין פון זיי אויך איצטער, אזוי אויך בענין הנ"ל, איז מעלת תשב"ר אז ס'איז הבל שאין בו חטא, ד.ה. אז ס'איז ניטא בא זיי קיין נתינת מקום ואפשרות לחטא, שאין יודעים כלל בין טוב לרע, במילא איז ניט שייך בא זיי קיין חטא.

און אויך אין דעם פרט זעהט זיך אן די שייכות פון תשב"ר צו שמח"ת, ווארום שמע"צ ושמח"ת קומט דאך בהמשך צו סוכות, איז דער דין בא סכך איז אז עס דארף זיין דבר שאינו ראוי לקבל טומאה. עס איז ווייניק וואס בפועל איז דאס ניט טמא, נאר מען דארף האבן שאינו ראוי לקבל טומאה. אויב ס'איז א זאך שהוכשר לקבל טומאה, איז כאטש אז לפועל איז דאס ניט נטמא געווארן איז דאס פסול לסכך. וכמו"כ איז מעלת תשב"ר -הבל שאין בו נתינת מקום לחטא.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Tishrei 5720 (25 October 1959)
Id
rh-8ftd7j0b

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1paRMhtqFBWJkI26OodFYS8…