עברית
Library

פורים

פורים, שיחה ד

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ו. לכאורה וואלט מען געקאנט מיינען, אז אט דאס וואס מ'דארף האבען

אז דאס זאל זיין דוקא פארבונדען מיט'ן שורש ומקור האמת והטוב והקדושה, איז דאס בשעת ס'איז נוגע צו הרגש שבלב.

- 20י

ווארוס הרגש שבלב איז דאך דאס מדות, איז דאך אדם קרוב לעצמו, איז אט דא אויב דאס איז ניט מבוסס ומיוסד אויף דער מקור האמת והטוב, וואס דאס איז דער אויבערשטער, וואס"מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו', איז דערפאר, ווי ער זאגט אין דער פסוק שלאחרי זה, "ומי גוי גדול" וואס ער האט דער "חוקים ומשפטים צדיקים" וואס דאס איז "התורה הזאת", אשר לו חוקים ומשפטים צדיקים איז דאס איז התורה הזאת וואס דער אויבערשטער האט געגעבען, איז אט דא אויב ער וועט ניט זיין פארבונדען מיט דער עצם אלוקות שלמעלה, וועט סכ"ס מצד אדם קרוב לעצמו וואס דאס רופט ארויס ביי איס אינעווייניק א געפיל פון אני ואפסי עוד, איז. וויפיל ער וועט זיך ניט צוקוועטשען, אויב ער האט ניט מי שלמעלה ממנו וואס דאס זאל (צומען? ) דעס אדם עיר פרא יולד, וועט דאס סכ"ס דורך ברעכען און ס'וועט זיך ארויס ווייזען דער פרא יולד, אויסנוצענדיק אויף דערויף די ענינים וקניניסוואס ער האט באקומען בימי תלד.

בשעת אבער דאס רעדט זיך אבער וועגען ענינים שבשכל, אדער ווי אין לשון החסידות וועגען חב"ד שבמוחין, איז דאך לכאורה דארט ניט נוגע פון וואנענט ער נעמט די יסוד, און מיט וועמען ער איז פארבונדען, ווארוס ער האט דאך דער מהלך השכל שבנפש, און דער שכל וועט דאך איס מסתמא פירן ווי עס דארף צו זיין, אז ער זאל געפינען דעם דרך האמת ווי אזוי צו גייען בדרכו בחיים, אדער עכ"פ בהשקפתו בעולם.

זאגט מען אויף דערויף דער לשון אין זוהר, אז עבודת האדם טיילט זיך פאנאנדער אין צוויי סוגים, דעראיין סוג איז פון מהפך זיין מרירו למיתקו, די מדות מרות ורעות,. למיתקו- צו מדות מחוקות, און אזוי אויכעט מהפך זיין חשוכא לנהורא, אט דאס וואס איז פינסטער זאל מען דאס מהפך זיין צו ליכטיקייט, וואס דער ענין האור איז דאך א .ענין שבשכל.

וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס איז אזא מין זאך וואס מ'קאן דאס מהפך זיין לאור, איז דאך א סימן אז דאס איז אויכעט א ענין שבשכל, נאר וואס דען דאס איז א שכל פשוט, וואס דערפאר האט דאס אים געבראכט צו תוצאות . און מסקנות וואס זיי זיינען א היפך האור.

און אט דערפאר איז אויכעט, ס'דא אין זוהר - אז חכמת יון איז דאס בסמיכות צו היכל הקדושה, און פון-דעסטוועגן ווייס מען דאך, פורים גייט דאך אלעמאל צוזאמען מיט חנוכה, איז דאס דאך פון די חגיס וואס זיי זיינען נתוסף משמת משה, ואפילו לאחרי הנביאים, איז דער גלות יון געווען אזא מין גלות וואס ס'געווען אז מ'איז אויפגעשטאנען על כל עס ישראל, און מ'האט אויך געדארפט האבען מס"נ בתכלית, און ווי מ'זאגט אין דער נוסח פון ועל הנסים, "להשכיחם תורתיך ולהעבירם מחוקי רצוניך", איז וואס זיינען זיי דערפאר געווארען, אז דאס איז געווען ווי ער רעכנט אויס רשעים און זדים און טמאים. לכאורה וואס איז דער קישור פון ביידע ענינים? וויבאלד אז חכמת יון ווערט אנגערופן חכמה, און ווי ער זאגט אין זוהר אז דאס איז גאר . בסמיכות צו די ענינים פון קדוסה, איז פארוואס דארף מען דאס אנרופן בשם טמאים אוןזדיס און רשעים,

נאר וואס דען, דאס איז ע"ד ווי גערעדט אין מדות, דער שכל איז דאך דא אין אים צוויי ענינים, ס'איז דא דער מהלך השכל, דאס הייסט

די מדות מיט וועלכע מען נעמט ארויס די מסקנות שבשכל, וואס דאס איז אין תורה איז דאס מדות שהתורה נדרשת בהם.. כדי אויף או האבען אט די מדות שהתורה נדרשת בהס, נוצען זיי, דארף מען דאך האבען א ענין צו וועלכע מען זאל צוניצען די מדות ק"ו אדער גזירה שוה, די אלע מדות וואס ער רעכנט, אט דערפאר פון תורה איז דאס אוכעט אראפ געקומען אין חכמות שבעולם, אז ס'דא אין זיי אט דאס וואס ווערט אנגערופן הקדמות אין חוקרי ישראל, אדער בשם הצעות, און מיט דדי הקדמות והצעות אדער ווי ס'ווערט אמאל אנגערופען מושכל ראשון, איז מיט זיי, ע"י מדות השכל וההגיון קומט מען צו שפעטערדיקע מסקנות.

דאס הייסט אבער אז די הנחות און די הקדמות איז דא שטעלט זיך אויף דער מענטש פון זיך אליין, נאכמערער דערציילט תורה, אז אפילו ס'זאל זיין הנחות און הקדמות אמיתיות, איז אויב נאר ס'דא דער ענין פון שוחר; וועט ער פון די הנחות והקדמות אמיתיות וועט זיין דער יעור עיני פקחים ויסלף דברי צדיקים, אפילו אז דאס רעדט זיך וועגען הנחות והקדמות וואס זיי זיינען גענומען געווארען פון תורת אמת.

פארוואס, וויבאלד אז דאס טוט א בשר ודם, און אויב אין דערויף איז דא א ענין של שוחד ופני', איז אט דעמאלסט ניטא קיין גבול וואו ס'קאן זיך אפשטעלען דער פרא שבו, דער ווילדקייט וואס אין איס איז דא, וויהין דאס זאל ניט פארפירן.

און אט דערפאר איז פונקט אזוי ווי אין דער עבודה ממרירו למיתקו, דארף מען האבן די אלע גדרים וואס ער רעכנט אויס אין זוהר און אין ספרי מוסר, און ביאור אין תורה החסידות, אזוי אויכעט אין דער עבודה מחשוכא לנהורא אין דער עבודה פון שכל, מוז מען האבען די באווארענישן אז ניט נאר די הנחות והקדמות האט עד גענומען פון תורת אמת, נאר אויך דדי דרכי השכל, טראגט ער אהין צו ניט צו א ענין של שוחד.

און אט דערפאר געפינט מען אנ דוקא ביי חכמת יון, וואס זי איז דאך לכאורה סמוך לקדושה, איז ווייס מען אז דוקא אין דער ענין פון מדות איז דארט געווען מושחתים ביותר, אויף אזוי פיל אז ס'איז געווען געבויט דער משטר החיים אויף ענינים פון זנות ועריות וכו'וכו', און אזוי אויך אין ענינים פון לא תרצח, איז אויך געווען די הנהגה וואס היפך השכל הבריא פון הריגת זקנים און קטנים וכיוצא בזה, ביז וואנענט אז דער ראש החכמים האט אויפגעשטעלט א משטר ווי ס'דארף זיין ע"פ שלימות, איז ער געבויט געווען אויף דערויף אז ס'דארף זיין עבדים כנענים, דאס הייסט וואס האבען קיין באטרעף ניט, ביז וואנענע אז זיי האבן קיין חשיבות ניט ביז לחייהם ממש, און אויף זיי געפינט זיך דער מושל ושולט, און ער אליין האט געפירט זיך אין ענינים הכי מגונים, אין ענינים שבין אדם לחבירו, און אין א אופן אז אלע האבען דערפון געוואוסט און ער האט דאס אריין געשטעלט אין זיינע חיבורים.

פארוואס איז דאס אזוי, דאס איז דאך סמוך לקדושה ווארום דאס איז דאך א ענין של שכל מיט דער הנחה וואס איז טיילוויז גענומען ממקום טוב, און די כללי ההגיון וההשכלה אויכעט גענומען לכאורה פון השכל הברי א, וויבאלד אז מ'האט דאס אפגעגעבען דער מענטשען אין האנט און ער האט ניט

"אין יראת אלקים במקום הזה", איז אט דעמולט איז "והרגוני" און מ'דארף ניט האבען קיין סאך טעמים, דאס קאן זיין אן א טעם, אדער אז דער טעם אליין איז אוכעט א ענין של גזל וואס דערפאר קומט אויכעט מיתה.

וואס אט דערפאר איז אויכעט פונקט אזוי ווי עס איז צוגעשטעלט געווארען די שני ימים טובים צו די שלשה רגלים, איז דאך די ימי הפורים וואס אויף זיי שטייט דאך אז "לא יעברו מתוך זרעם" דערפאר וואס דאס האט דערוועקט די מס"נ און האט אוועק געשטעלט אידן אין א נקודה אז זיי פארבינדן זיך צוזאמען מיט'ן אויבערשטען אין א אחדות גמורה, אט אזוי איז אויכעט געווען אין דער ענין פון חנוכה, וואס אט דעמאלסט איז געווען דער סכנה פון חכמת יון, איז דאס ניט נאר געווען א סכנה אז מ'וועט זיין ניט בשלימות הראוי', נאר דאס איז געווען א דרך וואס דאס ברענגט צו רשעים און זדים ביז אין טמאים ביז אין דער היפך לגמרי פון דער מין האנושי ווי דאס איז געווען איינגעפירט אלס א משטר און אלם א חוק והנהגת המדינה,

און אט דאס איז אויכעט וואס מ'זאגט דאך אין דער מגילה אז אורה זו תורה, לכאורה תורה איז דאך א ענין פון חכמה, וואס טוט מיר דא אויף אז ער דארף מיר מרמז זיין דאס מיט א העכערען ענין פון ליכטיקייט, נאר מיט'ן ענין פון שכל וחכמה, נאר תורה איז דאס מלשון הוראה, וואס הוראה איז דאס דער טייטש אז דאס מאכט ליכטיג יעדער פרט פון דעס מענטשען, און באווייזט אים אט דאס מיינסטו מיט אן אמת, און אט דאס מיינסטו מיט א פניי', און דאס מיינסטו צוליב שוחד, און אט דאס וואס דיין הנהגה ביז היינט איז געווען ווי ס'דארף צו זיין אדער ניט ווי ס'דארף צו זיין, איז אט דאס באלייכט מען דיד דורך נר מצוה ותורה אור, און אט דאס גיט דיר א הוראה אז דיין דרך בחיים זאל זיין א דרך חיים, דרך חיים אמיתיים.

און אט דאס איז אויכעט וואס רז"ל זאגען דאך אז אם יאמר לך אז חכמה יש בגויים תאמין תורה יש בגוים אל תאמין, אז מ'זאגט אז עס קאן זיין שכל ביי גוים קאן דאס זיין, ווארוס דער אויבערשטער וויל דאך אז עס זאל זיין בחירה חפשית, איז דאך זה לעומת זה עשה האלקים

(חסר)

און פון טומאה ביז טהרה.

און אט דאס איז דער הבטחה וואס אידן האבן אז כל ידח ממנו נדח, אז אפילו האובדים בארץ אשור, און אפילו הנדחים בארץ מצרים, וועט . סוף כל סוף ישתחוו להוי' בעיר הקודש בירושלים, אז במהרה בימינו ע"י משיח צדקינו, וועט ער ארויס נעמען יעדערן פון זיין גלות סיי אין דער עבודה פון מהפכין מרירו למיתקו, סיי אין דער עבודה לאהפכא חשוכא לנהורא, און וועט ברענגן אלעמען קוממיות לארצינו בהר הקודש בירושלים - יראה שלם ווי תוספות טייטשט אפ, אז סוועט זיין יראת ה' שלימה, וועט מען דעמאלסט האבען שלימות אין חב"ד שבמוחין און אין חג"ת שבלב, און נה"י ביז אין מחשבה, ביז אין מעשה, אז עס וועט זיין דער זרע בידך הוי', אז אלע וועלען דערקענען אז אט דא גייט א זאך וואס איז פארבונדן מיט מקור האמת והטוב והקדושה, און דאס מאכט פון וועלט מיט אלע ענינים וואס אין וועלט, א כלי און מקדש ודירה לו ית'. לחיים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
14 Adar 5720 (13 March 1960)
Events
Purim
Id
rh-6xhtafwp

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1TM8u02YD_mhyj30nG8ZTXI…