עברית
Library

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה ח

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

יא. אזוי נאך דעס אלטען רבי'ן, איז געווען דער פירער בא אידן זיין זון וועמען מ'האט גערופן דער מיטעלער רבי, און ער האט פארשפרייט דאס אלעס אויבענגע- זאגטע מיט נאך מערער ערקלערונגען און געגעבן צו פארשטיין, און דער ווי אזוי ס'זאל זיך לויט די תורה אויפפירן יעדערער אין זיינע זאכן און זיינע ענינים.

מען פרעגט דאך ווי אזוי קען מען זיין מיט א ליבשאפט צו גוטע זאכן און מיט א מורא פאר ניט גוטע זאכן אויך אין א איינפאכן און וואכעדיקן טאג און במשך דעם גאנצן טאג, וואס געזאגט פריער דארף מען ארויסנעמען א אפלערנונג פון יעדער מענטש און פון יעדער זאך וואס מ'טרעפט.

האט אויף דערויף דער מיטעלער רבי דערקלערט אז דער - 73? עיקר פון וואס מען דארף זיך אויסהיטן איז פריקת עול, ד.ה. ניט צו פארגעסן אז מען האט אויף זיך שעענדיק דעם יאך פון דעס אויבערשטען. און האט פארטייטשט און געגעבן צו פארש- טיין מיט לאנגע און טיפע ערקלערונגען ווי אזוי דער הויפט זאך בא א אידן איז אז מ'זאל שטענדיק געדיינקען אז ער איז א זון און א קנעכט בא דעם אויבערשטען, און דערפאר האט ער אויף זיך דעס יאך זיינער און דארף אים דינען. און ווען ער האט דאס אלעמאל אין זיין געדאנק, געדיינקט ער אז שטענדיק געפינט ער זיך מיטן אויבערשטען און טראגט זיין דיאך, קען ער שטענדיג זיין מיט א ליבשאפט צו דעם אויבערשטען און מיט א מורא פאר די ניט גוטע זאכן. און דאן קען ער זיין א חכם, א קלוגער הלומד מכל אדם - אז פון יעדער מענטש און פון יעדער זאך לערנט ער זיך עפעס אפ.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
Id
rh-ycsdy4hv

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1jK6VPqukuvMHY09gvtRj-H…