תבא, ח"י אלול
תבא, ח"י אלול, שיחה ג
ד. צווישן די ז' תורות פון בעש"ט, איז דא א תורה אויפן פסוק והי' כי תבא אל הארץ, וואס די תורה האט ער געזאגט בהקהל', און ווי השט דערביי מבאר געווען אז עס זיינען געווען אויך נשים.
והי' כי תבא אל הארץ, ארץ לשון רצון ומרוצה, דארף זיין די עבודה וישבתה בה, אראפטראגן אין אהתיישבות. ושמת בטנא, אורות בכלים. והלכת אל המקום אשרי בתר: הוי' אלקיך, אז אומעטום וואו א איד גייט איז דאס בבחירת העצמות.
והביאור בזה: דער פסוק רעדט דאך בפרשת ביכורים. וואס ביכורים דארף זיין מן המובחר דוקא. און ניט נאר די פירות אליין דארפן זיין מובחרים נאר עס דארף זיין אויך פון מקומות המובחרים, וואס נאך מערער איז, אז דאס וואס די פירות זיינען מובחרים איז דאס גאר ניט מצד הטבע נאר מצד דעם וואס ס'איז ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה, וואס דאס ווייזט דאך אויף אורות בלתי מוגבלים, און אעפ"כ זאגט מען, ושמת בטנא, אז מען דארף דאס ממשיך זיין אין כלים.
וואס דאס איז אויך וואס שטייט אין ספרי על פסוק זה, מלמד שטעונות כלים, אז דאס איז וואס תורה לערנט אונדז, אז אויך די אורות הבלתי מוגבלים, דארף מען אראפטראגן אין כלים.
און דאס איז אויך וואס עס שטייט אין דגל מחנה אפרים בשם הבעש"ט, אז טנא איז ר"ת טעמים נקוקות אותיות, וואס דאס איז דאך א ענין של כלים. אזוי ווי מיר
זעהן אין א שכל המלובש באותיות, זיינען דאך די אותיות כלים צום שכל, און די אותיות אליין זיינען נאך ניט מספיק אויף ארויסבריינגען דעם שכל, נאר זיי דארפן האבן אויך נקודות, און בכדי זיי זאלן ארויסבריינגען אויך דעם חיות של השכל איז דאס ע"י הטעמים. ונמצא, אז טנ"א איז ענין הכלים.
און דאס איז אויך וואס ער איז מסיים אשר יבחר הוי' אלקיך וואס דאס איז בבחירת העצמות, שאמיתית ענין הבחירה איז נאר אין עצמות. אין אור איז קיין בחירה ניטא, וויילע אור איז דאך מוגדר אין דעם גדר פון אור, וואס חושך איז א מנגד צו אור, במילא קען דאך שוין אין אים ניט זיין קיין בחירה. נאר דוקא אין עצמות וואס איז שלילת כל התוארים, דארטן איז דער ענין הבחירה:
איז פון עצמות וואס ער איז נמנע הנמנעות, פון דארטן איז דער כח אויף ושמת בטנא, ממשיך זיין די אורות בלתי מוגבלים אין כלים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 18 Elul 5720 (10 September 1960)
- Events
- Ki Savo, 18 Elul
- Id
- rh-ss3w2f78
Copies
Recent activity
Sources
- drive