עברית
Library

יום שמח"ת

יום שמח"ת, שיחה ה

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ה. וויסענדיק דעם גודל אחריות הנ"ל וועט דאך דאס קיין איד בשום אופן ניט טאן. דער יצה"ר איז דאך אבער קלוגינקער , איז פאלט אים איין א תחבולה, און דער טוהט זיך אן אין א זיידענע זופעצע , ער קומט צו א אידן און רעדט צו אים אין א שפראך פון תנאים ואמוראים, ער דערמאנט אים א מאמר רז"ל כל שאינו מלמד את בנו אומנות כו', און נאך אזוינע מאמרי רז"ל, וואס מיט דעם וויל ער אים איינשמועסן אז מען דארף לערנען מיט קינדער לימודי חול בכדל פארזארגן זייער "תכלית".

דארף מען וויסן, אז די רביים האבן דאס שוין פריער באווארנט. די רביים האבן אונז אנגעזאגט אז בשעת עס קומט איינער און טענה'ט מען זאל טראכטן וועגען "תכלית" פון קינדער און לערנען מיט זיי לימודי חול, זאל מען ניט קוקן אין וועלכע שפראר ער רעדט דאס, צי ער רעדט אין א אפענע שפראך צי אין א שפראך פון מאמרי רד"ל און קוקן אויף דער זיידענע זופעצע אין וועלכע ער גייט, נאר מען זאל וויסן אז אין זופעצע אינווייניק געפינן זיך אין איהר דער יצה"ר.

איי וואס ער בריינגט משמרי רז"ל, איז דער פשט אין זיי ניט אזוי, ווי ער טייטשט זיי אויס. ולדוגמא, דער אויבענדערמאנטער מאמר רז"ל ללמד את בנו אומנות, מיינט דאך דאס ניט אנהייבן בא א קליין קינד טרם שיודע להבחין בין טוב לרע, נאר אזוי ווי עס האטזיך געפירט לפנים בישראל אז בשעת איינער האט שוין געהאלטן בא הסתדרות איז במשך זמן קצר האט ער זיך אויסגעלערנט א געוויסן ענין בכדי שיוכל להסתדר, אבער ח"ו אריינטראגן דעם אויר העולם איןאויר תשב"ר.

אנשטאט דעם ווי עס האט זיך געפירט אלע מאל בא אידן, אז מען פלעגט נעמען דא קינד איינוייקלען אין טלית עס זאל ניט שולט זיין אין אים קיין ע"ה ח"ו פון דעם וואס פארגינט ניט אז אידישע קינדער זאלן לערנען תורה, וואס דאס איז דאך דער יצה"ר הוא השטן, אנשטאט דעם נעמט מען איצטער בידים קינדער און מען גיט זיי אוועק צו אים אין די הענט אויף אפרייסן זיי ח"ו פון תורה.

וואס דאס איז דאך דער פשט פון ועל חטא שחטאנו לפניך ביצה"ר, דלכאורה א"ם אלע חטאים זיינען דאך מיטן יצה"ר? נאר דער פשט איז אז ס'איז פאראן אזוינע ענינים ווואס מצד עצמוהאט א איד ניט קיין שייכות צו זיי, נאר ער אליין איז מגרה אויף זיך דער יצה"ר. וכמו"כ בהנ"ל: אויר תשב"ר מצד עצמו האבן גאר ניט קיין שליכות לגמרי צו חטא, וכנ"ל אז ס'איז אזא אויר וואס האט גארניט קיין נתינת מקום לרע, און מען נעמט אליין בידים און מען גיט זיי אריין צו אים אין די הענט.

לפנים בישראל איז געווען דער סדר אז א אינגעל און א בחור האבן געלערנט דכל ימיהם אין חדר און אין ישיבה און מען האט צו זיי ניט צוגעלאזן דער אויר העולם ביז בשעת ההסתדרות האט מען זמן קצר געלערנט עפעס א אומנות, אנשטאט דעם נעמט מען היינט קליינע קינדער און מען גיט זיי אוועק אין א סקול אין א ארט וואס מען לערנט מיט זיי ענינים שלא ניתנו בסיני, און נאך מערער ענינים הפכיים בהענינים שניתנו בסיני.

זאון אלץ צוליב וואס, בכדי צו מאכן גרינגער דעם אויבערשטן, ער זאל זיי געבען פרנסה. צוויי בליאן מענטשן איז דער אויבערשטער זן ומפרנס אן זיין הילף און השתדלות, נאר צו די עטליכע אידישע קינדער וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט מען זאל אין זייער אויר ניט אריינטראגן דעם אויר העולם, וועגען זיי - טענה'ט דער יצה"ר - וועט דער אויבערשטער זיי ניט קענען ח"ו מפרנס זיין אן זיין הילף.

ו. און דאס איז דער פשט וואס מען זאגט המלאן הגואל (סיום הענין בהשמטה)

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Tishrei 5720 (25 October 1959)
Id
rh-7v281px3

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1paRMhtqFBWJkI26OodFYS8…