נשא, ט' סיון
נשא, ט' סיון, שיחה ג
ג. און דאס איז אויך א הוראה בענין הפצת המעינות חוצה, אז ניט ווי אנדערע קלערן אז מצד די התנגדות. וואס ס איז נאך דא אויף חסידות קען מען ניט ארויסגיין אפען און מפיץ זיין די מעינות, איז דאס ניט אזוי.
ווארוס מיט דורות פריער, איז די התנגדות געקומען מצד א טעות וואס עם האט געקענט האבן א ארט אין תורה, ווארום מצד די כתות המסוכנות וועלכע זיינען דאן געווען, האט געקענט זיין א טעות כו' בשוגג, עכ"פ ניט קיין היפך פון שוגג. משא"כ היינט ווייסן דאך אלע, אויך עמא דבר, און אפילו גוים, להבדיל, אז בשעת מען זאגט אויף איינעם אז ער איז שייך צו חסידות, הייסט דאס אז ער לייגט צוויי פאר תפלין, גייט מיט א גאנצע בארד, טרגאגט כפול-שמונה'דיגע ציצית, כו' וכו', נאר די איינציקע טענה אויף איס איז אז ער איז א בטלן, בטל ממלאכת העולם כו' וויילע ער דאוונט שפעטער און לייגט צוויי פאר תפלין, דהוקשה כל התורה לתפלין ד.ה. אז ער איז מהדר בכל המצות, איז א התנגדות אויף דעם ענין עפ"י תורה, ניט שייכות לגמרי, ס איז מער ניט וואס מעשה אבותיהם בידיהם, און וויבאלד אז עם האט ניט קיין ארט אין תורה איז דאס קיין מציאות ניט, עס איז מערניט ווי א נסיון בלבד שאין לו שום מציאות.
במילא קען מען דאך מפיץ זיין די מעינות מיט א תוקף, נאר מען דארף גיין בדרכי נועם ודרכי שלום, אויף
מעורר זיין פנימיות הנשמה דורך פנימיות התורה וועלכע - 320 פארבינדט א אידן מיט פנימיות קוב"ה, און פון דארטען ממשיך זיין אין גליא דקוב"ה וואס ער איז מקור כל ההשתל', און בשעת עם ווערט נמשך פון פנימיות קומט דאך אראפ א השפעה מרובה בכל המצטרך, בבני חיי ומזוני רוחותי.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 9 Sivan 5720 (4 June 1960)
- Events
- Nasso, 9 Sivan
- Id
- rh-me7qbaae
Copies
Recent activity
Sources
- drive