עברית
Library

בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח

בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה ז

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ז. דער ענין אבער פון תורתו אומנתו וואס דאס איז דער ופרצת אין תורה, דארף זיין ניט נאר אין גליא דתורה

נאר אויך אין פנימיות התורה. ווארום דער ענין הבל"ג איז דאך פראן אויף צוויי אופנים: א) יעדער חלק לעצמו איז א מוגבל נאר דאס איז א ריבוי בלתי מוגבל פון חלקים מוגבלים, וע"ד מאמר רז"ל, כתוב אחד אומר אלף אלפים גו' וכתוב אחד אומר ולגדודיו אין מספר, ענטפערט די גמרא, אז יעדער גדוד האט א מספר מסויים, ס'איז אבער דא א ריבוי גדודים, אין מספר ב) יעדער חלק גופא איז א בלתי מוגבל.

און דאס איז דער אויפטו פון דעם תורתו אומנתו אין פנימיות התורה אויף תורתו אומנתו אין גליא דתורה, אז גליא דתורה איז דאך יעדער הלכה וסוגיא א ענין מוגבל, נאר מצד דעס ענין פון תורתו אומנתו שטייט ער אין דעם בריבוי בלתי מוגבל, ניט דאס איז אבער אמיתית הענין פון ופרצת, אמיתית הענין פון ופרצת איז אז יעדער חלק גופא איז א בלתי מוגבל, וואס דאס איז אין פנימיות התורה.

וואס דערמיט וועט מען אויך פארשטיין וואס אויפן מאמר יום שכולו ארוך, לייגט צו דער אלטער רבי, שגם מתחילתו הוא ארוך, ולכאורה, וואס זאגט ער דא? נאר וויילע אין פשטות איז דער פירוש יום שכולו ארוך אז ער איז בריבוי בלתי מוגבל, אז ער ענדיקט זיך ניט, אבער די ימים ושעות שבתחלתו זיינען דאך מוגבלים, אויף דעם זאגט ער, שגם בתחילתו הוא ארוך, אז ס' איז ניט קיין קיבוץ פון א ריבוי מוגבלים, נאר ס'איז בעצם ענינים בלתי מוגבלים.

און דורך פנימיות התורה איז דאס מאיר אויך אין גליא דתורה, וכמבואר בקונטרס עץ החיים ווי פנימיות טוט

- - אויף אויף אויך אין גליא, וכמרז"ל עירבת קב חומטין, דפירוש עירבת איז אז ס' איז אינגאנצן מעורב, איז דאך בכל מקום פון גליא פראן דארט די פעולת הפנימיות, שמצד הפנימיות איז אויך אין גליא דתורה ווערט אמיתית הענין דופרצת.

ומצד דעם ופרצת בעמוד התורה ובעמוד העבודה וגמ"ח ווערט דער ופרצת אין כללות העולם קטן, און דורך דעם אויך אין עולם גדול, אז אומעטום זאל זיין דער ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה.

ח. צוה לנגן ואמר המאמר ד"ה בראשית ברא.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
Id
rh-n32gyqkk

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1w-g3sP6uJnCdjH28fR1-vk…