עברית
Library

ליל ח' אדר, יחידות לכתת סטודנטים

ליל ח' אדר, יחידות לכתת סטודנטים (בהוס' לשיחו"ק)

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

בס"ד. רשימת דברי כ"ק אדמו"ר שליט"א לכתת סטודנטים, שזכו לבקר בהיכלו הק',

א. די צייט אין וועלכע מיר זיינען צוזאמען געקומען האט א ספעציעלע בעדייטונג, בהיות אז דאס איז דער יאר וואס עס ווערט 200 יאר זינט די הסתלקות פון דעם גרינדער פון דער אלגעמיינע חסידות לערע - דער בעש"ט,

הסתלקות באדייט אן אריבערטראגען פון איין צושטאנד צו א צווייטן, וואס במילא איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויב אין דעם פריערדיקן צושטאנד האט ער ערפילט זיינע אויפגאבעס איז דער צושטאנד, צו וועלכן מען פירט אים, גייט ער אריבער, א העכערער ווי דער אין וועלכן ער האט זיך געפונען פריער -

וואס דאס האט דאך א ספעציעלען בעדייט צו די אלע וועלכע ווייסען, אדער קאנען וויסן דורך א ווייטערדיקע אריינטיפונג אין דעם, וועגען דער ספעציעלער מעגליכקייט איצט, צו דורכגעדרונגען ווערען און אוועקשטעלען זיך אויף א העכערע שטופע.

איינע פון די ענינים וואס דער בעש"ט האט געלערענט, און אויך אליין פארווירקליכט, איז דאס וואס ער פלעגט זיך אפגעבען מיט קליינע קינדער, און ער האט זיי געלערענט ניט נאר זאגען ברכות א.ד.ג., נאר אויך ווי דער אויבערשטער, "גא-ד אלמייטי" איז נאענט צו יעדען איינעם פון זיי און אז יעדער איינער קאן זיך דערנענטערן צו אים, דאס הייסט אז אלקות איז דאס נישט א דבר מופלא - "אבסטרעקט", און געפינט זיך נאר אין דעם זיבעטען הימעל, נאר ער איז נאענט צו יעדען איינעם, ניט נאר צו דערווא- סעוונע יוגענד, נאר אויך צו קינדער פון זעקס יאר אלט, און אז די נאענטקייט באשטייט אין דעם וואס ער גיט אכטונג - משגיח עליהם, ניט נאר זונטאג מאנטאג און דינסטאג ביז שבת נאר אין די גאנצע צייט פון זייער לעבען. וואס די תוצאה - "קאנסעקוועגץ" - פון דעם דארף זיין די זיכערקייט - "פייטה" - און שמחה - "האפינעס" - און אז דער מאטעריעלער-גשמיות'דיקער לעבען ווי דער גייסטיקער לעבן און אויפפירונג זאל זיין פאסיג צו דעם. וואס דער אויפקום פון דעם בעש"ט איז געקומען נאך דער תקופה פון גזירות פון חמעלניצקי ימ"ש - ת"ח ות"ט, וואס דער אידישער פאלק איז יעמולט געשטאנען אין א צושטאנד. פון יאוש - "דעספייר", איז געקומען דער בעש"ט מיט דער חסידות- לערע צו ערקלערען צום אידישען פאלק דעם ריכטיקען צוגאנג וואס עס פאדערט זיך צו די לעבען-פראבלעמען, אז נישט קוקנדיק אויף די גזירות וכו' דארף מען פירן א לעבן פון תורה ומצות.

וואס דער מצב פון יעמולט איז מתאים - גלייך צו דעם צושטאנד פון אונזער תקופה, וואס מיר געפינען זיך נאך דער גזירה פון די שמדות פון היטלער ימ"ש, וואס א דריטל פון דעם אידישען פאלק איז אומגעבראכט און אוועק געריסען געווארן פון אונדז, ר"ל, איז דאס לייגט ארויף א פליכט אויף יעדען איינעם פון אונדז, צו פארשפרייטען די וועג פון תורה ומצוות יעדער איינער ביי זיך זעלבסט, אין זיין אומגעבונג, און דער גאנצער וועלט אין אלגעמיין.

[אחרי הדברי פתיחה שאל כ"ק אדמו"ר שליט"א איך יהי' הסדר, אם שהם ישאלו שאלותיהם ואח"כ יענה על כל השאלות, או שהמענה יבוא אחר כל שאלה ושאלה, וענו שבטח יהי' ראוי יותר שהמענה יהי' אחרי כל שאלה ושאלה. ואחרי זה התחילו השו"ת אחד אחדן.

שאלה:

הרבי אמר שעלינו להפיץ את דרך התורה ומצוות, ובכן השאלה איך ובאיזה אופן בידינו לעשות זה?

די הפצה דארף באשטיין אין דער פארשפרייטען יעדער איינער אין זיין סביבה דער ענין פון זיכערקייט, וואס דאס איז איינע פון די אייגענשאפטען פון דעם יוגענט, ווארום א עלטערער מענטש ווען ער טוט עפעס איז ער נישט זיכער און ער איז אין . ספיקות, משא"כ דער יוגענט האט אין זיך די מעלה פון זיכערקייט, וואס דאס דארף געטאן ווערען אין אויסנוצען די אייגענשאפט און די מעגליכקייט אין דער פולער מאס - "מאקסימום קאפאטיסיטי" - אין די אלע הונדערט פראצענט, צי דורך ריידען, שרייבען, דרוקען אין די פייפערס, אדער דורך רדיו , און, וואס דאס איז דער עיקר, יעדער איינער דורך זיין פערזענליכע אויפפירונג.

שאלה: :

אודות מובן ענין המיתה, ר"ל, שמצינו בזה כעין סתירה מהמבואר מקהלת שזהו ענין כליון-חסרון, להמבואר באיוב שכליון זה הוא ענין של עלי' (השואל בדברו אודות ענין המיתה השתמש בביטוי "אפטער לייף").

מענה:

לויט דעם אויבענדערמאנטער ערקלערונג אין דעם בעדייט פון דעם ענין הסתלקות אז דאס איז אן אריבערטראג פון איין צושטאנד צו א צווייטן, און ווי עס איז לאגיש, אז דאס איז א אריבערטראג צו א העכערען צושטאנד.

איר זיינט דאך אלע סטודענטען פון קאלעדז, און איינע פון די הנהות פון "פיזיקס סייענס" - און מסתמא גלויבט איר דאך אין דעם אמת פון דעם - צו בעדויערן האלט איר דאך אז דאס איז אמת - איז דאך אז קיין זאך קאן נישט ווערען אויס, עס איז מערניט וואס עס ווערט איבערגעביטען פון איין פארם צו א צווייטען, איז אויב אז דאס איז אזוי אין קערפערליכע-גשמיות'דיקע זאכן, זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אזוי אין דעם גייסטיקען טייל פון דעם מענטשען, אז קיין זאך קאן נישט ווערן אויס, עס איז מערניט וואס עס גייט אריבער פון איין פארם צו א צווייטן,

וואס דאס קאן מען פארשטיין מיט א משל, וואס מיר זעען אין מאטעריאל ווי אייזען אדער האלץ, איז פון דעם האלץ קאן מען מאכן א טיש, סתם א שטיק האלץ, אדער א שטול, וואס דאס מיינט אז דער עצם מאטעריאל בלייבט דער זעלבער עס איז נאר וואס מען טוט אים אריין אין אן אנדער פארם, איז זעט מען דאך אז דאס מאטעריאל קאן מען אריינשטעלן אין פארשידענע פארמס דורך דעם וואס מען נוצט זיך מיט אים אין אנדערע אופנים, איז דעם זעלבן שטיק האלץ קען מען פון אים מאכן א טיש, אדער מען קען איהם נוצען אויף פארבערענען אין אויווען, זעלבסטפארשטענדליך אז דער בענוצען אים פאר א טיש איז דאס א העכערע פארם איידער ווען דער פארם וואס ער קריגט ווען מען פארברענט איהם, פונדעסטוועגן איז דער עצם מאטעריאל בלייבט דער זעלבער,

וואס אזוי איז אויך אין דעם גייסטיקען טייל פון דעם מענטשן, אז ער בלייבט אלע מאל, עס איז מערניט וואס ער קריגט אן אנדער פארם א העכערן פארם.

שאלה:

המשיך לשאול אם עלי' זו הוא במציאותו הוא, היינו שנשאר ממנו עדיין לקבל עלי' זו, או שהפי' הוא שנעשה עי"ז עלי' בעולם, אבל הוא אינו כבר לקבלה בו.

מענה:

לויט דער אויבענדערמאנטער ערקלערונג אין דעם משל פון דעם טיש, איז דאך דער פארם וועט גאעשאפען אין דעם האלץ אליין, דאס זעלבע איז אויך בנוגע דעם גייסטיקן טייל אז דאס איז א נייער פארם וואס ווערט געשאפען אץ איהם, נאר א העכערער פארם, וואס דערפאר איז אין דעם נישט פאסיג צו בענוצען זיך מיט דעם טערמין פון "אפטער לייף", ווארום דאס איז ניט קיין ענין פון כליון נאר א המשך - "קאנטיניואיישען", אז עס ווערט א העכערע מציאות.

התוכלו לקבוע לנו ענינו של הבעש"ט ומקומו שתפס בחסידות - "חסידיזם".

מענה:

מען קאן דאס פארשטיין דורך דעם וואס מיר זעען אז עס זיינען פאראן אוטו'ט מאשינען, פטור האוז פון עלעקטריק א.ד.ג., איז דאך דער סדר אין דעם אז דער "פטור האוז" געפינט זיך ווייט אוועק און פון דארטן ציט זיך א"ווייער" צו דעם פלאץ וואס מען דארף זיך בענוצען מיט דעם קראפט-עלעקטריק, און כדי אז דער קראפט זאל בענוצט ווערן דארף מען א דריק טאן א "סוויטש", וואס דאס מיינט אז מען דארף צוטרעפען דעם ריכטיקן "סוויטש באטען", וואס יעמולט טוט די קראפט איר אויפגאבע,

וואס אזוי איז אויך אין גייסטיקען זין, אז יעדער איד פארמאגט און באזיצט גייסטיקע כחות, נאר כדי די כחות זאלן קומען צום אויסדרוק און טאן זייערע אויפגאבע, איז דאס דורכן צוטרעפן דעם ריכטיקן "סוויטש" צו די גייסטיקע כחות, און דאס איז געווען די אויפגאבע - וועלכע ער האט ערפיהלט - פון דעם בעש"ט צו געפינען ביי יעדען אידן זיין נקודה - "סוויטש" - און איר ערוועקט דורך אריין געבן אין דעם אידישן פאלק כח, זיכערקייט און אמונה - גלויבן, וואס דורך דעם, איז נישט קוקנדיק אויף דעם נידערשלאגענדען צושטאנד אין וועלכען די איד האט זיך דענסמאלט געפונען, האט ער זיי דערהויבן פון דעם נידעריקסטען "עקסטרים" צו העכסטען "עקסטרים", דורך ערוועקן אין יעדען איינעם א שמחה-געפיל,

וואס די לערע פון דעם צו יעדען איינעם פון אונדז איז: אז מען דארף זיך בעמיתו צו אויפטאן אין זיך, אין די קינדער, און אין דער גאנצער אומגעבונג, אבער דאס קאן נישט געטאן ווערן דורך פארלאזן זיך אויף די אייגענע כחות, נאר דורך דעם ערוועקן די פארבארגענע גייסטיקע כחות וועלכע יעדער איד באזיצט, וואס דאס איז דורך צוטרעפן דעם ריכטיקן סוויטש, און דאס זעלבע אויך בהנוגע צו אויפטאן אויף א צווייטן, איז כדי צו דעהויבן איהם צו דעם פאסיגע שטופע דארף מען האבן פיל השתדלות און מיה, משא"כ בעת מען געפינט און מען ערוועקט אין יענעם זיין נקודה-סוויטש, ווערן דענסמאלט די ווייטערדיקע זאכן געטאן פון זיך. .

[הרב ליווי מבקש למסור פ"ש מביקורו בכפר חב"ד, ומוסר שהאהבת ישראל והקירוב שמראים לכאו"א ובפרט להתלמידים דבתי הספר שם מעולי צפון אפריקה וכו', מיוחד הוא במינו, ולא פגש בכזה מעולם, והרגעים שבילה בכפר עלו על כל משך זמן ביקורו באה"ק).

שאלה:

האפשר קיום לא"י בתור מדינה פוליטית?

מענה:

שאלה זו יכולים לקבוע אותה בג' פנים: מבחינת והשקפת הדת, מבחינה "עקאנאמית", ומבחינה פוליטית, ומאיזה בחינה באה שאלתו? ועל זה ענה לו השואל ששואל אם אפשר תיאום מבחינה דתית ופוליטית. ועל זה ענה לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: ענית באופן דיפלומטי, אבל שאלתי לא נענתה עדיין. ואעפ"כ התחיל כ"ק אדמו"ר שליט"א בטענתו הק':

דאס קען ערקלערט ווערן פון דעם וואס מיר זעען אין אונזער גשמיות'דיקע וועלט, אז מען מאכט א פלאן וואס מען דארף פארוויקליכען, און עס איז פאראן א גרויסע מאשין וואס קען אויסגענוצט ווערן אויף א גרויסן מאשטאב, און די זעלבע מאשין נעמט מען און מען נוצט אויס אויף קליינע זאכן, איז די מאשין האט געטאן אן ארבעט אבער די ארבעט וואס עס האט געקענט געטאן ווערן לויט איהר מעגלעכקייט איז נישט געטאן געווארן.

דאס זעלבע איז אויך בנוגע צו ארץ ישראל, אז ארץ ישראל קען זיין "א לאנד

ו: פון אידן" - "סטייט אוו דזשויס" און עס קאן זיין "א אידישע לאנד" - "דזואיט סטייט". אויב אז דאס זאל זיין א לאנד פון אידן קאן דאס זיין אזוי ווי לבנון מעקסיקא און יונייטעד סטייטס, אין דעם פאל אבער איז דאס ניט אויסגענוצט אין דעם פולסטען זין, נאר אין דעם פולען זין איז דאס אויב ווי דאס איז עפ"י תורה דורך משיח'ן, וואס דאס לערנט אונז אז ארץ ישראל וועט זיין א לאנד נישט אין א אבסטראקטען אופן, נאר אז דארטן וועלן זיין פאמיליעס און קינדער אזוי ווי אין אנדערע מדינות נאר גלייכצייטיג וועט דאס האבן איר אייגענארטיקן אויסצייכענונג אז דאס וועט שטיין אויף א העכערע שטופע, און פארשפרייט אין א העכערען ציהל.

שאלה:

במה נפלא שיטת ליובאווישט משאר שיטות החסידות?

מענה: .

עס איז באוואוסט אז די שיטה פון ליובאוויטש ווערט אנגערופן און באצייכנט מיט נאך א נאמען און דאס איז "חב"ד".

וואס דער אלגעמיינער נאדייט פון דעם ווארט איז: פארשטאנד. וואס דאס מיינט אז עס איז ניט גענוג געפיהל - "עמאושן" אליין, ניט גלויבן - "טראסט" אליין, און אויך ניט פארשטאנד - דענקין - "אינטעלעקט" אליין, ווארום דעמאלט פעלט אין שלימות - גאנצקייט, נאר עס מוז זיין די התכללות פון די אלע זאכן צוזאמען און די התכללות דארף דורכנעמען די גאנצע מציאות און אלע אויפפירונגען און טאטען פון דעם מענטש, אבער גלייכצייטיג פאדערט זיך די אונטערשטריכונג פון דעם פארשטאנד - הבנה. וואס דאס איז וואס דער אלטער רבי דער גרינדער פון חב"ד - חסידות - לעהרע, האט געפאדערט אז א חסיד דארף זיין א שלם - גאנצער, ער זאל באזיצן נישט נאר געפיל - הרגש אליין נאר אויך פארשטאנד - הבנה. שאלה: אם דעת של כ"ק אדמו"ר שליט"א שביד תורת החסידות לקרב גם אלו שהתרחקו?

מענה:

זיכער! ווייל צו א מענטש פון פארשטאנד קען מען צוקומען און ערוועקן אים: אויך דורך פארשטאנד, זעלבספארשטענליך אז בכדי צו צוקומען צו יענעמס פארשטאנד קען מען נאר אז צו ערשט זאל דער אייגענער פארשטאנד זיין פאסיג אדורכגענומען.

שאלה:

מה דעת כ"ק אדמו"ר שליט"א ע"ד המסופר אשר בעת המלחמה בארץ ישראל הנה ההולכים בעקבות תורת החסידות לא רצו לעזוב את ירושלים מבלי הבט על הסכנה הגדולה שארבה לקיומם בהשארם בה?

מענה:

געוויס איז דאס געווען ווייל ירושלים באזיצט א ספיציעלע העכערע הייליקייט - קדושה, און בכדי אז מען זאל קענען לעבן א עכט אידישן לעבן איז גרינגער דורך דעם וואס מען געפינט זיך דארטן אויך מיט דעם גשמיות'דיקן קערפער, וואס דערפאר האבן זיי נישט געוואלט פארלאזן די שטאט ירושלים אויך אין דער צייט וואס עס האט זי געדראט א סכנה, ר"ל.

(השואל המשיך: הנכון הוא מה שאבדו את חייהם בשביל כך? וע"ז באה המענה:)

זיי האבן ווארשיינליך געדענקט און געהאט בטחון אז זיי וועלן געפאנגען ווערן און שפעטער באפרייט ווערן.

שאלה:

משום מה זכתה חב"ד לכל כך הצלחה?

די תקופה אין וועלכע מיר שטייען איצט איז אזא אז יעדער איינער וויל נישט טאן א זאך וואו ער זאל נישט פארשטיין פארוואס מען דארף דאס טאן, און עס איז נישט גענוג וואס מען וועט אים אויפווייזן מיט פארשידענע באווייזן אז עס דארך זיין אזוי, - איך גיי איצט נישט אריין צו עס איז ריכטיק אזא צוגאנג, אבער דער פאקט איז אז דאס איז דאך אזוי - וואס צו ערקלערן דאס אין קורצן מיינט דאס, אז מען וויל אז מען זאל קענען אויפווייזן צו א צווייטן אז דאס וואס ער טוט איז דאס נישט נאר וואס ער האט באוויזן אז מען דארף טאן אזוי, נאר אז עס איז אויך פאראן א פארשטאנד אין דעם, וואס דאס איז דער ענין פון חסידות חב"ד, - אויפקלערונג.

און נאך א ערקלערונג, און וואס דאס איז נענטער צו מיר איז, ווייל זייענדיק א נאכפאלגער פון דער שיטה זע איך איין אז דאס איז די ריכטיקע שיטה.

שאלה:

מהו תפקידו של רבי?

מענה:

ווי אויבן ערקלערט צו געפינען און ערוועקן ביי יעדן איינעם זיין נקודה - "סוויטש".

שאלה:

מהו דעת החסידות על ענין הגירות?

מענה:

אזוי ווי דער מיינונג פון יעדן אידן איז אז מען איז נישט "ענטוזיאזם" צו מאכן גרים אין דער עפענטליכקייט. און די מיינונג איז אז א איד דארף זיין א גוטער איד, און להבדיל, א גוי - "דזענטייל" דארף זיין א גוטער גוי. עס איז פאראן גענוג ארבעט אויף צו פארבעסערן דעם גייסטיקן צושטאנד פון אידן.

און דאס קען מען ערקלערן מיט א משל פון דעם געבוי פון דעם קערפער, וואס. מיר זעהן אז דער קערפער ווערט צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע גלידער - איברים, וואס יעדער גליד טוט זיין חלק און זיין אויפגאבע אין דעם קערפער, און . זעלבסטפארשטענדליך אז איינעם וועט נישט ארויף אויפן געדאנק אויף צו בייטן און פארלאנגען אז איין גליד זאל טאן די אויפגאבע פון א צווייטן גליד, און אזוי איז אויך אין דער וועלט באשאפונג, אז יעדער זאך און יעדער באשעפעניש האט איר אויפגאבע און ציהל צוליב וואס מען האט איר באשאפן, וואס לויט דעם איז זעלבסטפארשטענדליך אז א איד האט זיין אויפגאבע, און א גוי להבדיל, האט זיין אויפגאבע.

שאלה:

היום בצהרים כאשר דר. בלאק הרצה ע"ד ענין החסידות הזכיר והסביר ע"ד ניצוץ אלוקי "דיוויין ספארק" אבל לא ברור לנו אם ישנו ניצוץ זה גם באינו יהודי? בטח אינו בשווה, אבל איך הוא?

מענה:

בנוגע צי א אינו יהודי האט א ניצוץ, איז דער ענטפער אויף דעם: א ניצוץ יא! דעם זעלבן ניצוץ? ניין!

למשל פון דעם קערפער, דער קערפער האט פארשידענע גלידער, און יעדער גליד האט זיין כח און זיינע פאנקציעס, דער מוח צו פארשטיין, די הארץ פאר געפילן - "עמאושן", און דער פוס צו גיין. אבער עס איז זיכער אז יעדער גליד דארף טאן זיין אויפגאבע און נישט אז איין גליד זאל טאן די אויפגאבע פון דעם צווייטן.

דאס זעלבע איז אויך אין דער וועלט באשאפונג, יעדער זאך און יעדער באשעפעניש, און במילא אויך א אינו יהודי, האט א ניצוץ וואס דאס איז דער לעבן וואס דער אויבערשטער באלעבט אים, אבער גלייכצייטיג האט דאך יעדער איינער א באזונדערע אויפגאבע, און אין דעם אונטערשיידן זיך די אויפגאבע פון א איד וואס דאס איז אויף צו מאכן פון דער ערדיקייט פון וועלט רוחניות, אנדערש איז אבער די אויפגאבע פון א גוי, וואס במילא איז פארשטאנדיק אז עס איז נישט גלייך דער ניצוץ פון א איד צו דער ניצוץ פון, להבדיל א אינו יהודי.

שאלה:

רמת הנשים הועלה עם התגלות החסידות מכמו שהי' קודם, מהו ההסבר בזה?

מענה:

אין אלגעמיין איז אין געוויסע בעצירקען געווען אויך אזוי בעפאר מיטן אויסנאם פון דעם ענין פון לימוד התורה, וואס דאס האט מען נישט געלערנט מיט פרויען, נאר די ענינים וואס זיינען נוגע צו דעם ערציאונג פון די קינדער, און דאס גלייכן.

מיטן אויפקום און אנטפלעקונג פון דער חסידות לעהרע, וועלכע ערקלערט און פאדערט אז יעדער זאך דארף געטאן ווערן מיט שמחה, וואס פאר דער אויפטו פון חסידות וואלט אויך געטאן ווערן יעדער זאך, אבער דער טאן וואלט געווען אין א אטאמאטישן אופן, אבער חסידות האט אויפגעטאן דעם ענין פון שמחה, און צו טאן א זאך בשמחה איז דאס נישט מעגליך אויב עס איז אין א אופן פון קבלת עול, אן א פארשטאנד, (ואולי מה שכתב הרמב"ם סוף הל' תשובה גבי ענין האהבה) און דאס דארף זיין נישט נאר ביים דאווענען אדער ביים לערנען אויך אפילו ביים טאן א קליינע מצוה - וואס באמת איז נישטא קיין זאך וואס עס איז קליין עס איז נאר וואס עס דאכט זיך אז עס איז קליין א- אדער אין די אנדערע באדערפענישן און טאטן פון א מענטשן אזוי ווי עסן אז עס זאל זיין, וואס דורך דעם דינט ער דעם אויבערשטן.

און אזוי ווי א פרוי האט די מעגליכקייט צו טאן מער מצוות האבנדיק דעם איינפלוס און אופפאסונג אויף די קינדער , און אויך אויפן מאן, און לויט דעם אויפפאדערונג פון חסידות אז אלץ דארף זיין בשמחה, וואס דאס, ווי פריער געזאגט קען נישט זיין סיידן אז עס איז פאראן דער פארשטאנד און די אויפקלערונג, דערום פאדערט זיך די ערקלערונג וועגן די גרויסקייט פון דעם אויבערשטן און זיין אויפאסונג אויף יעדער זאך, און ווי ער האט באשאפן ניט נאר דעם הימל נאר אויך די ערד, וואס דאס איז. דער פונדאמענט - יסוד פון דער חסידות לעהרע, אז דאס זאל ערקלערט און איבערגעגעבן ווערן אויך צו די פרויען.

שאלה:

האפשר להתנהג בחסידות כאשר מוכרחים, לאיזה טעם לחלל את השבת?

מענה:

דו האסט זיך אויסגעדריקט מיט דער ווארט "גענייט" צו מחלל שבת זיין וועלכער איז נישט ריכטיק, ווארום יעדערער וואס גלויבט אין דעם אויבערשטן דארף פארשטיין אז וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אונז אנגעזאגט צו היטן דעם טאג שבת, איז זעלבסטפארשטענדליך אז ער, וועלכער איז דער פירער פון דער וועלט וועט נישט אריין ז שטעלן קיינעם אין אזא צושטאנד וואס זאל אים נויטן צו נישט קענען אויספילן זיין באפעל, און מחלל זיין דעם שבת.

(השואל המשיך לשאול: ואיך הוא במי שהוא רופא ולרגלי עבודתו צריך לעבוד גם בשבת. וע"ז השיב לו אד"ש:)

אויב אז ער דענקט אזוי, איז דאך דאס געגליכן צו א דאקטער וואס ס'קומט צו אים א פאציענט וואס איז קראנק ר"ל, אויף פארשידענע גלידער, אזוי ווי דער מארך "בריינם" אדער די הענט און די פיס וכו' און דער דאקטער קען נישט היילן איינע פון די גלידער, צידען וועט ער צוליב דעם אפהאלטן זיך צו היילן אויך די אנדערע גלידער וועלכע עס איז אים יא מעגליך צו היילן? איז דאך זיכער אז נישט, נאר דאס וואס ער קען יא וועט ער זיכער היילן און אוועקשטעלן זיי צוריק אין דעם געוואונטשן צושטאנד.

דאס זעלבע איז אויך בהנוגע דעם גייסטיגן טייל פון דעם מענטשן, אז אויב ער איז געצוואונגען, אזוי ווי ביי א דאקטער, צו עובר זיין אויף איין זאך, דארף דאס אבער נישט מיינען אז אויך זיינע איבעריקע אויפיהרונגען דארפן זיין אזוי, נאר די איבעריקע ענינים זיינע, דארפן געווידמעט ווערן צום גוטען זייט און צו די דערפילונג פון אלץ א איד.

(והמשיך השואל: למשל אם הוא רופא וביוהכ"פ ויושב בביהכ"נ ומתפלל, ויש חולה שעליו לרפאותו האם רצוי שיפסיק מתפילתו וילך לחלל את יוהכ"פ בעבודתו ברפואת החולה? וע"ז ענה כ"ק אד"ש:)

אויב אז דאס האנדלט זיך וועגן ראטעווען א לעבן איז מיט דעם טאן די רפואה, איז ניט נאר וואס ער פארשוועכט ניט דעם הייליקן טאג פון יוהכ"פ, נאר אין געגנטייל ער טוט מיט דעם א גרויסע מצוה, און נאך מער עס איז גאר א פליכט עס זאל זאל געטאן ווערן דורך דעם גרעסערן תלמיד חכם (אולי למ"ש הרמב"ם הל' שבת פ"ב ה"ג) ד. ה. אז אויב עס געפינט זיך א חסיד "פייעס מאן" וואס ער קען היילן ליגט אויף אים א חוב אז ער זאל גיין היילן און נישט זוכן א צווייטן צו טאן דאס, און דאס איז נישט קיין! פארשוועכונג נאר א גרויסע מצוה.

שאלה:

עד כמה כחו של כ"ק אדמו"ר שליט"א בחוקי הטבע, והאם כח תפלתו יותר מבאחרים,ן וכמו ענין של מופת "מיריקאל"?

מענה:

די גשמיות'דיקע וועלט איז נישט אפגעטיילט פון די גייסטיקע - רוחניות'דיקע וועלטן, נאר עס קומט בהשתלשלות פון די רוחניות'דיקע וועלטן, ד.ה. אז גשמיות נעמט זיך פון רוחניות, וואס דאס מיינט אז מען קען איבעראנדערשן די קערפערליכע טייל דורך .דעם וואס מען אנדערשט איבער אין דעם רוחניות'דיקן טייל, וואס לויט דעם קומט אויס אז מען קען מאכן א ענדערונג - מופת אין גשמיות'דיקן טייל - וואס דאס איז דער מסובב, דורך מאכן א ענדערונג אין דעם רוחניות'דיקן טייל - וואס דאס איז די סיבה.

וואס דאס מיינט אז יעדער איד קען מאכן א מופת דורך דעם וואס ער פארבינדט דעם ניצוץ "דיוויין ספארק" וואס עס געפינט זיך אין אים, מיט למעלה.

וואס לויט דעם קומט דאך אויס אז דער כח צו טאן א מופת איז דאס נישט ביי א געוויסן איד, נאר דער כח איז פאראן ביי יעדן אידן אז דורך זיין פארבינדן זיך מיט דעם אויהערשטן, דורך דער אויפיהרונג און די דערפילונג פון תורה ומצוות, קען ער מאכן א מופת. וואס דער ענין פון א מופת איז אז עס טוט זיך אויף אין גשמיות אזא זאך וואס ער קען נישט זען פאראויס ווי דאס קען פאסירן, און דאס איז אויך געגן די פאראויסזעאונג פון דער מערהייט פון דער סביבה וואס איז ארום אים, און פונדעסטוועגן ווערט דאס אזוי.

(מנהל הסטודנטים הביע תודתם לכ"ק אדמו"ר שליט"א על שזיכם לביקור אצלו, ועל דבריו הק' ותשובותיו על שאלותיהם, ואח"ז אמר כ"ק אד"ש:) איצט וואלט איך אייך געוואלט פרעגען א פראגע און גלייכצייטיג און גלייכצייטיג מיט דעם אויפטאן א מופת?

דאס וואס מיר האבן זיך דא איצט צוזאמענגעקליבן איז דאס דאך זיכער נישט בלויז צו פרעגן די פראגעס און ענטפערן די "אנסערס"! נאר דאס איז דאך זיכער צוליב א ציהל וואס די "קאנסיקווענס" פון אונזער טרעפן זיך דארף דינען אלץ מיטל אויף עפעס "קאנקרעטע", וואס דאס איז אז יעדער איינער פון אונז דארף איינזען און פילן דעם פליכט און די אויפגאבע וואס עס ליגט אויף אים, איהר אלע מיר איינבאשלאסן, זיינען יונגע, און מיר האבן נאך צענדליגע יארן פון לעבן פאר אונז, דארפן מיר דאס אויסנוצן, אין דערפילונג פון אונזער פליכט זעלבסט, ספיציעל נאך די שמדות "פראסעקיושען" ר"ל, פון 6 מיליאן אידן, איז יעדער איינער פון אונז, פון ספיציעלע וויכטיקייט, און יעדערער'ס פליכט ווערט געטאפלט מיט דעם וואס ער טראגט אויף זיך אויך דעם פליכט פון די אידן וואס זיינען אומגעקומען, ר"ל, במילא איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויב דאס איז א פליכט אלע מאל איז מכש"כ איצט נאך פון די שמדות פון פולין, אונגארן, און רוסלאנד, ליגט אויף יעדן איינעם פון אונז דער חוב צו ארבעטן מיט אלע זיינע כחות צו דער פולסטער מאס אויף צו דערנענטערן די סביבה וואס ארום אונז, און אריינבריינגען "הארמאני" - שמחה אין יעדן איינעם פון זיי אין זייער טאג טעגליכן לעבן, אז עס זאל זיין ביי זיי מעדן זיך און צוקומען געוועלטיקייט פון די גוטס אויף די נישט גוטס, און אזוי בריינגען אין וועלט גוטס, וואס לויט מיין מיינונג קען דאס געטאן ווערן דורך תורה און מצוות, אין דעם מאקסימאלן מעגליכקייט.

און דאס איז נישט א זאך וואס עס קען זיין אז מען קען דאס לא טאן אדער נישט טאן, און אז אויב ער וועט דאס נישט טאן קען מען ביי אים נישט מאנען פאר דעם נישט טאן, נאר מען דארף וויסן אז דאס איז א חוב - פארפליכטונג אויף יעדן איינעם, און דער אויבערשטער גיט דעם כח און די מעגליכקייט צו יעדן איינעם ער זאל דאס קענען אויפטאן, און דערפילן.

און דער מופת וועט באשטיין אין דעם וואס פון היינט אן און מארגן און איבערמארגן וועט יעדער איינער פון אונז מאכן א שריט פאראויס אין דער דערפילונג און לעבן לויט די אויפפאדערונגען פון תורה ומצוות. (נשמט: באיזה מתשובותיו הק' כאשר דיבר כ"ק אדמו"ר שליט"א ע"ד הפצת התורה ומצוות בעולם, הזכיר כ"ק אד"ש להפיץ עד שיגיע לכל פינה, גם לאוסטראליא.)

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
7 Adar 5720 (6 March 1960)
Id
rh-hdnhedjw

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1aFiUhHLq-Mxh54mI8lOA_g…