עברית
Library

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה ז

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

י. דערמיט האבן אויך די רביים דערקלערט די פאסירונג וואס האט געטראפען ביים בעל שם טוב אמאל אום יום כפור, וואס דאן ווערט אפגע'פסק'נט דער דין אויף א גאנץ יאר אז ס'זאל זיין א געבענטשטער יאר אדער ח"ו פארקערט. דער בעל שם טוב האט דאן געזעהן ווי עס גייט פאר דער משפט ווי ס'זאל זיין פאר אידן און פאר דער וועלט. איז יענעם יום כפור האט דער בעל סם טוב געזען אז ם איז זייער א שווערער משפט און אז מען וויל ניס געבן די אלע ברכות און גוטע זאכן וואס אידן דארפן האבן דעם יאר. האט זיך דער בעל שם טוב אנגעשטריינקט צו דאוונען שטארקער מיט נאך מער דביקות אזוי אויך זיינע תלמידים, זעענדיג ווי דער בעל שם טוב איז פארביטערט, האבן זיי זיך אויך מער פארגרעסערט זייער דאוונען מיט דביקות. אבער דאס האט גאר ניט געהאלפן. ביז ס'איז געקומען צו נעילה, דער אפשלוס פון גאנצן טאב, און יעמאלט איז געקומען די צייט ווען אט אט דארף זיין דעם אפסטים פון דעם דין און משפט. אין דעם בעל שם טוב'ם בית

המדרש המדרס איז דאן געווען א אינגעל וואס זיינע עלטערן האבן אים ניט געשיקט לערנען אין א תלסוד תורה אדער אין א ישיבה, און דעריבער האט ער גאר ניט געוואוסט פון אידיש- קייט און פון תורה און מצות. אזוי ווי אבער ער איז געווען א אידיש קינד און געהאט א ווארימע אידישע הארץ, איז ווען ער האט געזען אז ארוס איס שטייען אידן און דאוונען מיט געוויין, און דער געוויין ווערט אלץ גרעסער, האט ער אויך געוואלט דאוונען און בעטן, נאר זייענדיג א עם הארץ, ניט האבענדיק דעם גליק פון צו לערנען אין א ישיבה אדער א תלמוד תורה האט ער ניט געקענט דאוונען און אפילו קיין עברי האט ער אויך ניט געקענט, האט ער געוואלט דאוונען און בעטן דעס אויבערשטען אויף דעס וועג וואס ער האט אינדערויף געהאט א געפיל. אזוי ווי ער איז אויסגע- וואקסין אין דארף איז איס געווען זייער געפעלן דער געשריי פון א האן (רוסטער) וואס שרייט יעדער אינדעפרי - קו קא רעקו. איז דערפאר זעענדיג אז אלע דאוונען מיט עברי פון סידור און מחזור און ער קען דאס ניט, האט זיך בא אים אויך אנגעצונדען דאס אידישער הארץ זיינער מיט א פייער און מיט א לעבעדיקייט צום אויבערשטען, און האט א געשריי געטאן מיט אלע כחות קו קא רעקו, ג-ט האב רחמנות.

האט דערנאך דער בעל שם טוב דערציילט אז דאס וואס אלע תפלות האבן ניט געקענט אויפטאן דערפאר וואס דער געשריי איז נאך ניט געווען גענוג טיף און ניט אויף אזוי פיל דערנומען אויבען ווייל ס'האט ניט ארומגענומען אלע אידן, איז דער איינפאכע אויסגעסריי פון דעס קינד וואס ער האט גאר ניט געוואוסט אפילו קיין עברי אויך

ניס, ניט, ער האט עס אבער געטאן מיט דחילו ורחימו ער האט - לך? געשריען מיט א ליבשאפט און פייערקייט צום אויבערשטען און מיט א מורא פאר דעם דין וואס מ'גייט פסק'נען, דאס האט צובראכען די ניט גוטע גזירה און דאס האט געמאכט אז מען האט גע'פסק'נט אלדאס גוטס פאר אידן יענעם יאר.

און דאס איז דער אפלערנונג צו יעדערער פון אכנו און פאר אלע אידן, אז יעדער זאך דארף געטאן ווערן מיט א ליבשאפט און מורא, ליבשאפט צו די גוטע זאכן און מורא פאר די ניס גוטע זאכן, און דאן איז אויך א קליינע זאך נעמט דאס דער אויבערשטער אויף מיטן גרעסטען פערגע- ניגען און גיט דעם וואס דאווענט פאר איס און פירט זיך אויף אין דעם וועג אלץ וואס ער פארלאנגט און אז ער זאל זיין געבענטשט אין אלע זיינע זאכן.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
Id
rh-7zmfng2w

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1jK6VPqukuvMHY09gvtRj-H…