בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח
בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה ח
ט. מען האט דאך שוין גערעדט אין די פריערדיקע התועדות'ן בנוגע דעם ענין אז עס ווערט צוויי הונדערט יאר פון דער הילולא פון בעש"ט, און מען האט גערעדט בנוגע דעם ספר צוואת ריב"ש, וואס דער ביאור אויף די ערשטע' פאר שורות, האט מען שוין מבאר געווען בשיחות הקודמות, וואס די ביאורים אויף צוואת ריב"ש געפינען זיך בתורת חב"ד, ווי מען האט גערעדט אז פנימיות עתיק נעמט מען פון פנימיות אבא.
בסיום הפיסקא זאגט ער: מען זאל טאן יעדער טאג א מצוה קלה או חמורה וסימנך והוה זהיר במצוה קלה כבחמורה, זהיר מלשון בהיר, און ער איז מסיים ורחמנא לבא בעי.
איז דא אויך ניט פארשטאנדיק אין פשטות אזוי ווי אין די פריערדיקע מאמרים, וואס איז דער אויפטו אין דעם, מען זאל יעדער טאג מקיים זיין א מצוה? ובכלל, איז ניט מובן וואס ער זאגט דאך דא לכאורה צוויי באזונדערע ענינים א) מען זאל טאן יעדער טאג א מצוה, ב) מצוה קלה איז גלייך
ווי חמורה, ווי חמורה, איז דאך דאס באזונדערע ענינים לכאורה און וואס איז ער דאס מרכיב צוזאמען?
איז ווי גערעדט פריער אז פנימיות עתיק נעמט מען פון פנימיות אבא, איז פראן א תורה פון אלטן רבי'ן ע"פ שש שנים יעבוד, - ס' איז דא אויך אין תו"א און ס'איז דא אויף דעם ביאורים פון מיטעלען רבי'ן און צ"צ - וואס דאס גייט בכלל אויף ירידת הנשמה למטה, וואס דאס איז כי תקנה עבד עברי, אז אין דעם דארף זיין שש שנים יעבוד, וואס לכאורה איז דאך דאס צוויי ענינים, א) עס דארף זיין יעבוד, ב) עס דארף זיין די עבודה שש שנים, ולכאורה, האט ער דאך געדארפט זאגן בסדר הפוך, פריער האט ער געדארפט זאגן כללות הענין אז עס דארף זיין יעבוד און דערנאך זאגן אז די עבודה דארף זיין שש שנים, פארוואס זאגט ער אין א סדר הפוך? איז דאך משמע, אז די ערשטע זאך מוז זיין דער שש שנים, וואס יעמולט דוקא אויב די עבודה איז שש סנים, יעמולט איז דאס "יעבוד", און אויב ניט פעלט אין עיקר ענין העבודה.
וואס דאס איז אויך וואס ער זאגט ואברהם זקן בא בימים ואיתא בזוהר יומין שלמין כו', אז די עבודה דארף זיין אין די ימים, אז יעדער טאג זאל זיין ממולא מיט א תוכן של תומ"צ, און דאס איז אויך וואס שטייט בצוואת ריב"ש אז יעדער טאג זאל מען טאן א מצוה קלה או חמורה.
ולכאורה איז ניט מובן, דער חיוב האדם איז דאך ניט בנוגע דעס זמן, דער חיוב זיינער איז צו דינען דעם . אויבערשטען ולקיים את מצותיו, וואס ס'איז פראן מצות חיוביות אזוי ווי ק"ש ותפלה, און פראן מצות הרשות, אזוי ווי ועשית מעקה לגגך, ליגט דאך ניט קיין חיוב על האדם ער
זאל קויפן א בית בכדי ער זאל קענען מקיים זיין מצות מעקה, וכמו"כ במצות שחיטה ליגט דאך ניט קיין חיוב על האדם אויף צו עסן פלייש בכדי ער זאל שוחס'ן, היינט במילא איז דאך ניט מובן וואס ער זאגט אז יעדער טאג איז מען מחוייב צו מקיים זיין א מצוה, אויב ס' איז דא מצות חיוביות אין דעם טאג, איז ניט נאר איין מצוה נאר אפילו צעהען מצות, און אויב ס'איז ניטא איז ניטא, דער חיוב איז דאך ניט אויף די טעג נאר אויף די מצוה?
אך הענין הוא, ווארום תכלית המצוה איז דאך לברר את העולם, וואס דערפאר מוזן זיי זיין בגדר הזמן, דזהו"ע שש שנים יעבוד, אז די עבודה דארף זיין בגדר שש שנים, שהו"ע כללות הזמן, ניט עבודה שמצד הנשמה כמו שהיא באצי', וואס דארטן איז ניטא דער ענין העבודה מלשון עורות עבודים נאר די עבודה באשטייט אין המשכת אלקות, איז דאם איז ניט מספיק, נאר עם דארף זיין די עבודה בגדר הזמן דוקא, וואס. דורך דעם קומט עס אראפ אויך אין מקום וואס דאם איז כללות העולם, וואס מקום איז דאך בהגבלה, אורך רוחב ועומק, וואס דאס קומט דורך הגבלת הזמן, זמן קצר אדער ארוך. - און דאם מיינט שש שנים יעבוד, אז בשעת ס'איז אין "שש שנים", אין גדר הזמן, יעמולט איז דער ענין פון "יעבוד".
דאס איז דאך נאך אבער ניט מספיק, ווארדם דאס איז א ביאור אויף כללות ענין הזמן, אבער ניט אויף דעם ענין פון ימים דוקא, ווארום מצד ביאור הנ"ל איז דאך ניט מוכרח צו פארבינדן מצות מיט טעג דוקא, עס קען דאך זיין מיט שעות רגעים אדער גאר מיט שנים?
אך הענין, ווי מען האט סוין אמאל גערעדט, בענין
הזמן אז לכאורה איז כל משך הזמן איז איין מציאות ממושך, אבער באמת געפינט מען אין גמרא אז וממי מיפלג פלג, ווארום עס שטייט ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד, במילא איז יעדער מעל"ע אן אנדער זמן, דער פריערדיקער מציאות הזמן פארענדיקט זיך און עס הייבט זיך אן נאך א מציאות פון זמן,
און דערפאר איז יעדער טאג מוז זיין ממולא סיט א ענין סל מצוה, ווארום וויבאלד אז תומ"צ דארף זיין פארבונדן מיט זמן כנ"ל, און יעדער טאג איז אן אנדער מציאות של זמן, דערפאר דארף יעדער מציאות זמן זיין ממולא מיט א תוכן של מצוה, און אפילו אויב ער טוט עם במשך שעות היום איז דאס שוין ממלא אויך די שעות הלילה שלפניו.
זי. און אויף דעם איז ער ממשיך ווייטער, קלה או חמורה דאע"פ אז די כוונה איז פארבינדן מיט וועלט, וואס דאס איז הגבלה, אעפ"כ איז אין דעם ניטא קיין חילוק פון קלה או חמורה, פארוואס מצד דעם ענין פון זהיר ובהיר - אז בעיקר איז דער אור המצוה וואס דער אור איז דאך בלי גבול.
מען זאל ניט מיינען, אז וויבאלד אויב עס וואלט זיך אים געמאכט א מצוה חמורה וואלט ער דאך יעמולט דארפן ממלא זיין דעם טאג במצוה חמורה, היינט איצטער אז ער האט נאר א מצוה קלה, וועט דער טאג ניט זיין ממולא פון דעם, אויף דעם זאגט ער אז ס'איז קיין נ"ם ניט, ווארום דאס איז א ענין של אור, וואס אין דעם איז ניט נוגע צי ס'איז א גרויסע כלי צי א קליינע, אויך אין א קליינע כלי איז מאיר דער גאנצער אור כמו שהוא.
און דאס איז אויך וואס ער איז מסיים ורחמנא לבא בעי, דלכאורה, ער רעדט דאך דא ניט בנוגע לב נאר בנוגע
קיום המצות, האט ער געדארפט זאגן מצוה בעי?
נאר דער ענין איז, ווי מען האט גערעדט בענין וואס ער זאגט פריער מען זאל לערנען יעדן טאג א שיעור מוסר אס רב אס מעט, האט מען גערעדט אז דאס איז ע"ד מרז"ל אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכון את לבו לשמים, וואס ס' איז דאך מבואר אויף דעם אין כהאריז"ל, נאך דעס ווי ער איז מבאר ענין בירור הניצוצות, אז אין דעס איז ניט נוגע קיין ריבוי ומיעוט, דאס איז תלוי בענין נשמתו הנק' בשם לב, צי מצד סיבת הגלגולים צי מצד אן אנדער סיבה, און דאס מיינט שיכוון את לבו לשמים, לב איז די נשמה, דארף מען מכוון זיין לבו לשמים צום אויבערשטען.
ועד"ז בנוגע מצוה קלה או חמורה, איז ניט נוגע די כמות שבזה, דאס איז תלוי במעמד הנשמה, און עס דארף זיין דער "ורחמנא לבא בעי", אז לבא די נשמה זאל ער מכוון זיין צו רחמנא, צום אויבערשטען, אויף דורכפירן די כוונה העליונה, און יעמולט איז ניט נוגע צי ס'איז א מצוה חמורה צי א קלה, ווי גערעדט פריער אז אויך אין א קליינע כלי קען נמשך ווערן דער גאנצער אור.
און דאס איז דער לעצטער ענין פון די ערסטע פיסקא שבצוואת ריב"ש, וואס דערמיט פארענדיגט מען אויך די לעצטע התועדות פון חודש תשרי, וואס אלע ענינים שבחודש תשרי זיינען דאך ענינים כללים על כל השנה, דארף מען מיטנעמען על כל השנה די הוראות הנ"ל פון ספר צוואת ריב"ס ווי זיי זיינען מבואר אין תורת חסידות חב"ד כנ"ל בענין פנימיות אבא פנימיות עתיק.
און פון דעם אריבערגיין אין דעם צווייטער פיסקא,
שהתחלתה: שויתי הוי' לנגדי תמיד, וכפירוש הבעש"ט אז "שויתי", אלע ענינים זיינען בא אים בהשתוות, מצד דעם וואס הוי' לנגדי תמיד, ניס אלקים בגימט' הטבע נאר הוי' שלמעלה מהטבע, און דאס איז מען מגלה אויך אין שם אלקים, ווי מען האט גערעדט אין מאמר בפירוש בראשית ברא אלקים אז מען דארף געזונט מאכן דעם שם אלקים דורך דעם וואס מען איז מגלה די תוכיות ופנימיות שבו, הוי' הוא האלקים, אז עס ווערט נמסך אין טבע דער למעלה מהטבע.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
- Id
- rh-2qeav3fy
Copies
Recent activity
Sources
- drive