עברית
Library

יום שמח"ת

יום שמח"ת, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ז. מען האט דאך פריער גערעדט אין דעם ענין החילוק פון ר"ה מיט שמע"צ. וועט מען דאס פארשטיין בתוספות ביאור עפ"י מאמר החכם הידוע: תכלית הידיעה שלא נדעך. איז דאך א חילוק פון דעם "שלא נדעך" וואס קומט לאחר הלימוד והיגיעה צו דעם"העדר הידיעה" וואס קודם הלימוד.

ד -76 - שלת יום שמחת תורה תש"כ - ד -

קודם הלימוד ווייס ער גארניט אויף אזוי פיל מעלת החכמה ובמילא איז ער ניט צובראכן בא זיך פון דעם העדר הידיעה. ואדרבה, ער האט דעם בטחון הגמור אז דורך לימוד והתעסקות וועט ער צוקומען צו מעלה היותר עליונה. משא"כ לאחר הלימוד והיגיעה ווייס ער דאך שוין מעלת החכמה המפוארה, אויך ווייס ער ריחוק ערכו מהחכמה אז ער וועט צו איהרניט קענען צוקומען וויילע ס'איז א ריחוק שבאי"ע כלל, במילא איז ער דאך זייער צובראכן בא יזך א סאך מערער ווי קודם הלימוד, מצד ביידע ענינים. א) ער ווייס מעלת החכמה. ב) ער ווייס ריחוק ערכו מהחכמה.

אבער לאידך גיסא, איז כאטש ער איז טאקע צובראכן פון דעם "שלא נדעך", אבער דאסגופא שטייט בא אים בגילוי ובפנימיות, ווארום וויבאלד ער האט דאך געלערנט און געהארעוועט איז ער נזדכך געווארן און געווארן א כלי אויף מקבל זיין דאס אין א פנימיות, וואס מצד דעם וואס ער הערט אן דעם ענין אין א פנימיות, איז ער בשמחה גדולה.

וואס דאס איז אויך דער חילוק פון ר"ה מיט שמע"צ. בר"ה איז דאך תחלת העבודה. ער איז ווייט פון דעם גאנצן ענין, ווארום עראיז נאך קיין כלי ניט. יעמולט איז דא דער ענין נאר בבחי' בקוף, און דאס דריקט זיך בענין האמונה והבטחון. והוא ע"ד משל מלך גדול ונורא וואס ער איז נאך ניט נתגלה געווארן מען זאל אים קענען זעהן, מערניט וואס ער האט ארויסגעשיקט א שליח ער זאל מודיע זיין אומעטום אז ס'איז דא א מציאות פון מלך גדול וכו'. איז דאס פועלט אין דעם עם, אז זיי ווערן אפגעהייבן, דאס הייבט זיי אויף ממעמדם ומצבם וויסענדיק אז זיי האבן א מלך גדול וכו'.

אבער אעפ"כ, כאטש זיי ווערן אופגעהייבן, איז דאס לגמרי ניט אין א אופן פנימי, ווארום זיי זינען ניט קיין כלים און האבן קיין שייכות פנימי ניט צום מלך..

משא"כ בשמע"צ, לאחר העבודה פון ר"ה עשל"ת יו"כ און סוכות והו"ר, ווערט ער דאך א כלי, איז הגם אז פון איין זייט בשעת ער קומט צום מלך און זעהט אים, איז דאך תפול עליו יראה גדולה, אבער לאידך גיסא איז ער דאך שייך צו דעם אין א פנימיות, וואס מצד דעם איז ער בשמחה. וזהו"ע שמע"צ - וגילו ברעדה. בכי' תקיעא בלבאל מסטרא דא (מצד דעם שלא נדעך) וחדוה תקיעא בלבאי מסטרא דא.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Tishrei 5720 (25 October 1959)
Id
rh-nm9ntfkp

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1paRMhtqFBWJkI26OodFYS8…