עברית
Library

י"א שבט, שיחה לצעירי תלמידי תות"ל דמאנטריעאל

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

בס"ד, מה שדיבר כ"ק אדמו"ר שליט"א לצעירי תלמידי ישיבת תות"ל ממאנטרעאל,

כשנכנסו ילהיכלו הק' בי"א שבט תש"כ.

איר זייס דאך אלע געווען נעכטען בא דעם פארבריינגען, און געדיינקט מסתמא וואס עס האט זיך גערעדט, אז היינטיגע סדרה (בשלח) ווערט אנגערופען אויפן נאמען פון דער שירה. די שירה הויבט זיך אן - אז די אידן האבען נאכגעזונגען משה'ן, אנגעוויזען (מיט די פינגער) און געזאגט זה א-לי ואנוהו - דאס איז מיין ג-ט און איך וועל זיך שיינען מיט עם.

שטייט אויף דעם אין המרא, מדרש און תרגום ירושלמי בריינגט דאס אין חומש, אז די ערשטע וואס האבן דערענט דעם אויבערשטען זיינען דאס געווען די קינדער. זיי האבן דערקענט דעם אויבערשטען נאך פריער פון זייערע עלטערען, און פון די אלע אידן וואס זיינען געווען מיט זיי.

דער לימוד און הוראה פון דעם - איז פאר אלע דורות, אויך פאר אונזער דור. דורך דעם וואס איר וועט נאכגיין משה'ס אנווייזונגען, איר וועט פאלגען די עלטערן ז און די רבי'ס, טאן אלץ וואס מען לערנט אויך אין די ישיבות און חדרים, וועט איר האבן ליכטיגע אויגען צו זען ג-טליכקייט, דערקענען דעם אויבערשטן אין אלעס וואס עס טוט זיך מיט אייך און מיט אייערע עלטערן און אין אלץ וואס עס פירט זיך ארום אויך. דורך דעם לערנען און היטן די סדרים פון ישיבה מיט א פרייליכקייט און התמדה און שקידה, דורך מקיים זיין דעם אויבערשטענ'ס מצוות, אין אן אופן ווי דער אויבערשטער וויל אז מען זאל זיי מקיים זיין, וועט אויך זיין גוט זייענדיק אין ישיבה און אויך שפעטער דעם גאנצען לעבען, אז איר וועט האבן א גליקליכן לעבען, און די עלטערען וועלען האבן פון אייך נחת. איר וועט אויסוואקסען גוטע מענטשען, גוטע אידן, יראי שמים און לומדים. פארט געזונטערהייט. געריסט אייערע חברים אין די כיתות. און איר זאלט שרייבן גוטע בשורות, אז איר זייט מצליח אין לערנען און אין גוטער אהיפירונג. אייערע עלטערן זאלן מצליח זיין אין זייערע ענינים. יעדערער פון אייך און פון די עלטערן - בגשמיות וברוחניות.

(וענו כולם אמן, וחזר כ"ק אדמו"ר שליט"א ואמר:) פארט געזונטערהייט.

(בעת שיצאו התלמידים שיחיו מהיכלו הק' הביט כ"ק אדמו"ר שליט"א על כל אחד ואחד בחיבה ובפנים צהובות ושמחות).

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
11 Shevat 5720 (9 February 1960)
Id
rh-55yhf0za

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1oW5EajVIpAtTG8Vd4jt3mI…