ויק"פ, פ' החודש, מבה"ח ניסן
ויק"פ, פ' החודש, מבה"ח ניסן, שיחה ב
ב. וועט מען עס פארשטיין בהקדים ענין ר"ה. דידוע הידוק פארוואס ווערט אנגערופן ר"ה און ניט תחלת השנה, איז מען דאך מבאר אז ר"ה איז ניט נאר דער אנפאנג פון יאהר נאר אויך די קאפ פון לאחר.
ע"ד ווי באדם, איז דאך דער ראש ניט נאר דער אבר היותר מובחר מכל האברים, נאר אויך דער שרש ומקור פון וואנענטעס ווערסינמשך חיות לכל האברים, און אויך לאחרי המשכתם מהראש זיינען זיי אויך פארבונדן מיט אים, ווארום אין ראש איז כלול אויך שפעטער דער חיות של כל האברים און ער פירט מיט זיי אן, אזוי איז אויך דער ענין . פון ר"ה אז ער איז דער שרש על ההמשכה דכל השנה, און אלע טעג פון יאהר דארפן זיין לויט דער החלטה און לויט דער שטימונג וועלכע עס איז געווען ר"ה.
און דאס מיינט אויך באחד בניסן ר"ה למלכים, וואס דאס מיינט מען אידן (און ווי די גמרא זאגט דארטן אז דאס רעדט זיך וועגען מלכי ישראל) ווארום אלע אידן זיינען בני מלכים, ובמילא האבן דאך אין זיך אלע דעם ענין המלוכה, ווארום ברא כרעא דאבוה און אין אים איז פאראן מעין האב, איז וויבאלד דער אויבערשטער איז דער מלך מלכי המלכים במילא איז די תכונת המלוכה פאראן בא יעדער אידן, און אין ארט שטייט בפירוש דער לשון כל ישראל מלכים הם, איז דאס מיינט מען באחד בניסן ר"ה למלכים, אז בא אלע אידן איז די הנהגה דכל השנה איודעסאופן פון אחד בניסן.
ניסן איז דאך דער ענין פון למעלה מהטבע, וואס דאס איז דאך דער לשון ניסן מלשון נס, איז דאס איז דער ר"ה על כל השנה כולה, אז א גאנץ יאהר איז מיט אידן א סדר פון הנהגה למעלה מהטבע.
בא מלכי או"ה זייער ר"ה איז אחד בתשרי וואס דאס איז הנהגה טבעית אבער בא אידן איז דער ר"ה אחד בניסן, די הנהגה שלמעלה מהטבע.
וואס אזוי איז דאך מובן אויך אין פשטות, ווארום תשרי איז דער זמן החרישה און ניסן איז דער זמן הקצירה,איז סדר הנהגת הטבע איז דאך, פריער איז חרישה און דער נאך קצירה, וואס אזוי איז דער סדר בא או"ה אז פריער איז תשרי - חרישה, און דערנאך ניסן - קצירה. משא"כ בא אידן הייבט זיך אן דער יאהר מיט ניסן, נאך איידער ער האט געאקערט גיט מען אים מלמעלה פארטיקערהייט ער זאל האבן וואס צו קוצר זיין, וואסדאס איז דאך א הנהגה ניסית שלמעלה מהטבע, און דער נאך קומט ערשט די חרישה
שבתשרי, ד.ה. אז ער דארף עובד זיין עבודתו בכל השנה מיט דעם ענין אתעדל"ע וואס מען האט אים געגעבן מלמעלה בחודש ניסן.
און דאס איז אויך דער ענין פון ר"ה לרגלים: בניסן איז חג הפסח, וואס ווי אנשי כנה"ג האבן דאס אגערופן, הייסט דאס זמן חרותינו. אידן זיינען באפרייט געווארן פון אלע ענינים בלתי רצויים אין וועלכע זיי זיינען געווען פריער שקוע. און דער חרות איז געקומען ניט מצד עבודתם, ווארום ווי ער זאגט אין הגדה אז ס'איז געווען ואת ערום וערי', איז דאך בא זיי קיין עבודה נאך ניט געווען, נאר דער חרות איז געוקומען מלמעלמ"ט דוגמת הקצירה שקודם החרישה כנ"ל.
דאס איז דער ערשטער רגל, דערמיט הייבט זיך אן בא אידן. און פון פסח איז מען געגיינגען צו שבועות, אז נאך דעם וואס מען האט זיך באפרייט פון אלע ענינים שמבחוץ האט מען זיך אנגעהייבן גרייטן צו מתן וקבלת התורה,וואס מען האט זיי אפגעגעבן ו באלד פון יצי"מ וכמ"ש בהוציאך את העם ממצרים - איז שוין געווען די הכנה - צו
און פון דעם קומט מען שפעטער צום חג האסיף, ואספת דגנך תירושך ויצהרך ברוחניות כמבואר בארוכה באמרי בינה, און אויך צום ואספת דגנך תירושך ויצהרך כפשוטו בגשמיות.
איז מצד פנימיות התורה, איז דער ענין אזוי בגלוי. מצד גליא דתורה אבער, ד.ה. ווי תורה פארבינדט זיך מיט וועלט, איז קען מען שוין ניט שטעלן א כלל בא אלעמען אז באחד בניסן ר"ה לרגלים. בא ר"ש, ד.ה. די וואס גייען מיטן דרך פון רשב"י וואס מלאכתו היתה נעשית ע"י אחרים וויילע ער איז געווען עושה רצונו של מקום, ד.ה. ער האט געהאלטן ניט נאר, בא בכל לבבך ובכל נפשך נאר אויך בא בכל מאדך, בא אזוינע איז טאקע אויך בגלוי אחד בניסן דער ר"ה, אז כל עניניהם פירן זיך מיטן סדר פון אתעדל"ע. אבער ס'איז דאך הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה בידם, און דער סדר הרגיל יאז דאך אז מען דארף טאן אויך אין מלאכה, אפילו תורתם קבע ומלאכתם עראי אבער עכ"פ עראי דארף דאך זיין יעמולט קען מען שוין ניט ארויסגעבען א כלל אז אלע ענינים הייבן זיך אן מיטן סדר פון אתעלדל"ע, ווארום לפעמים קען זיין אויך באופן אחר, וכמבואר בתניא אז אמאל הייבט זיך מיט אהבה און אמאל מיט יראה.
דאס איז אבער נאר בנוגע ר"ה לרגלים, ד.ה. אז דאס זאל זיין א סדר אויך בחיצוניות ובגלוי. אבער בנוגע ר"ה למלכים זיינען כולם מודים, ווארום מצד פנימיות הנשמה וואס יעדער איד איז א מלך, אדער א בן מלך, איז בפנימיות הנשמה איז בא אלעמען דער סדר אז באחד בניסן ר"ה למלכים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Adar 5720 (26 March 1960)
- Id
- rh-r8twzn2v
Copies
Recent activity
Sources
- drive