ויק"פ, פ' החודש, מבה"ח ניסן
ויק"פ, פ' החודש, מבה"ח ניסן, שיחה ג
ג. כאטש אז מצד פנימיות הנשמה איז דאך יעדער איד א מלך, איז אבער בחיצוניות ובגלוי זעהט זיך דאס ניט אן אלע מאל, און ס'איז פאראן אויך די דרגא פון א עבד, אמה העברי' און עבד עברי עבד כנעני. וכמבואר בארוכה בכ"מ.
וואס די נקודה פון א עבד כנעני איז אז עבדא בהפקרא ניחא לי'. ד.ה. אז בא אים איז רעכט אופגעבן די מלוכה וואס יעדער איד פארמאגט מיטן אתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו כו' און והייתם לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, וואס דאס איז דאך פאראן אפילו בזמן הגלות ובזמן פוןא חושך כפול ומכופל.
- וואס דער פירוש כפול ומכופל מיינט: כפול מיינט צוויי מאל און מכופל מיינט צוויי מאל. ד.ה. אז באם אים איז פאראן ניט נאר קליפת נוגה און ניט נאר איינע פון די גקה"ט נאר אלע דריי -
איז אפילו יעמולט זאגט דאך דער אויבערשטער ולא מאסתים ולא געלתים ח"ו. און אויך יעמולט איז בא יעדער אידן פאראן בפנימיותו דער ענין המלוכה, וואס א מלך איז א בעה"ב און פשיטאץ אז ער איז פריי מכל הענינים און קיינער איז אויף
אים קיין בעל הבית ניע אים יבער עלר דעם ענין פון עבד כנעיי שבזפלירא ונטער גלווארפו אויסער עכצ צו אופגעבען דעם ענין המלוכה וועלכן ער פארמאגט מיטן אתה בחרתנו, אבי ניט אן נעמען דעם עול התורה והמצוה.
ובשעת מען גייט מיט אזא שיטה, איז לבד זאת וואס מען גיט אויף ח"ו דעם ענין המלוכה וואס א איד איז העכער פון טבע וכנ"ל אז בא א איד איז הנהגה ניסית, איז בשעת מען וויל מוותר זיין אויף דעם אתה בחרתנו. און מען טענה'ט נהי' ככל הגוים בית ישראל, איז ניט נאר וואס מען פארלירט די בעה"בתשקייט אויף טבע, נאר נאך: מערער, אז אויך די הצלחה וואס מצד סדר הטבע, דאס האט מען אויך ניט. ווארום אויב מצד טבע, דאס האט א שייכות צו או"ה מערער ווי צו אידן, און אין דעם האבן או"ה מערער אחיזה. .
די מעלה פון א אידן איז וואס ער איז א מלך. העכער פון וועלט. בשעת אבער ער וויל ז גיין מיטן סדר פון וועלט, איז אין די מלוכה גיט ער אויף, און אי צו וועלט האט ער אויך קיין שייכות ניט.
וכדאיתא בזוהר אז ישראל נמשלו ללב. און אזוי ווי א לב ניט קוקענדיק אז ער איז א אבר מובחר וכו', איז אבער בשעת עס קומט צו גראבע זאכן, איז אדרבה מצד מעלתו, קען ער דאס ניט סובל זיין. דער מאגען קען מעכל זיין אויך גראבע זאכן און דאס איז דאך ענינו, און אויב עס זאל אריין דערפון איין ברעגעלע אין לב, וועט ער ווערן א חולה מסוכן ר"ל. און אזוי אויך אידן שנמשלו ללב, איז זייער גאנצער כח איךענינים שלמעלה מהטבע, און ניט אין נהי' ככל הגוים.
וואס דאס איז אויך וואס מען האט גערעדט אין דער התוועדות דפורים, אז מיטן אויסבאהאלטן דעם אתה בחרתנו, איז ניט נאר וואס מען פארדינט דערמיט גארניט, מען נעמט ניט אראפ די שנאת העמים, אדרבה, מען פארשטארקט נאך דערמיט די שנאת העמים.
וויילע א גוי בטבע האט פיינט א אידן. אזוי האט דער אויבערשטער מטביע געווען א אז עשו שונא ליעקב. און אזוי איז אויך מובן בשכל, אז וויבאלד א איד איז א מלך איז בטבע פון א עבד אז ער האט פיינט א אדון. איז בשעת אז א איד טענה'ט נהי' ככל הגויים און וויל פארבאהלטן דעם אתה בחרתנו, איז וויבאלד אז בפנימיות בלייבט ער דאך א איד, און ער בלייבט דאך א מלך, איז ניט דערמיט קען ער אראפנמען די, שנאה פון דעם גוי. ווארום וויפל ער זאל ניט וועלן אויסבאהאלטן דזיין אידשקייט איז דער גוי דערפילט זיינע פנימיות, וואס בפנימיות איז ער דאך א איד, ובמילא האט ער אים פיינט. ואדרבה, די שנאה ווערט נאך ניתוסף , ווארום צום ענין פון טבע און וועלט האבן דאך א שייכות או"ה, היינט בשעת דער גוי פילט ווי עס קומט צו גיין א איד און טענ'ט נהי' ככל הגוים, פילט דער גוי אז דער איד וויל אים אראפשטופען פון זיין בענקען ובמילא ווערט זיין שנאה נאך מערער ניתוסף.
וואס דאס איז אויך וואס שטייט אין מדרש הלכה בידוע שעשושונא ליעקב. בכלל איז מדרש אין חלק אגדה שבתורה. און ךא זאגט ער דעם לשון הלכה. איז ניט מובן וואס איז די הלכה אין דעם אז מען דארף וויסן אז עשו איז שונא ליעקב? נאר דער פשט פון דעם איז, מציאות פון וועלט קומט פון הלכות התורה. אזוי ווי תורה פסק'נט אפ אזוי ווערט דער מציאות העולם. היינט וויבאלד אז תורה פסק'נט אפ א הלכה אז עשו שונא ליעקב, וועט ניט העלפן אין דעם קיינע המצאות מיט קיינע פארבאהאלטן זיך ניט, עס איז ניט נוגע וואס דער וועט טראכטן און וואס דער וועט טראכטן, וויבאלד אז תורה פסק'נט אפ אזוי די הלכה אז עשן שונא ליעקב, וועט די הלכה דורכשפארן אין מציאות העולם אז אזוי איז די מציאות, אין אלערליי אופנים.
און דאס איז די הוראה צו יעדער אידן, אז ער דארף וויסן די הלכה אז וועלט האט פיינט א אידן. ער זאל ניט מיינען אז ער וועט אפדאוונען און אפלערנען און דער נאך וועט ער ארויסגיין אין וועלט און פירן זיך מיטן סדר פון וועלט און ער מצליח זיין, מאכנדיק א חשבון בא זיך, אז מה דאך דער גוי איז מצליח דורך ענינים טבעיים היינט מכ"ש ער וואס ער האט בעסערע כשרונות פון דעם גוי להבדיל וועט ער
א ודאל מצליח זיין, זאגט מען אים א הוראה, ער זאל וויסן, אז ער מיטן סדר פון וועלט קען ניט מצליח זיין, ווארום וועלט האט אים פיינט. בכדי אז ער זאל מצליח זיין, אויך אין ענינים גשמיים, איז דוקא מיטן סדר פון תורה, און מיטן סדר פון ניסן שלמעלה מהטבע, דאס איז דער דרך ההצלחה פאר א אידן.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Adar 5720 (26 March 1960)
- Id
- rh-x4ew14fn
Copies
Recent activity
Sources
- drive