ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה יב
יג. ווי געזאגט פריער אז דער תכלית איז ניט אין די ענינים כללים נאר אין דעם בירור העולם שנעשה ע"י הענינים פרטיים ווי זיי ווערן באלויכטן פון די ענינים הכללים. וכמו"כ בענין התפלה, איז ניט דער תכלית צו שטיין אויסגעטאן
פון וועלט פון וועלט בדביקות צו אלקות, נאר דער תכלית איז אריינטראגן די דביקות אויך בהיותו בעניני עולם. וכהסיפור אז דער בעש"ט התפלל והתענה כמה תעניתים אז אויך בשעת ער שטייט בתכלית הדביקות זאל ער קענען ענטפערן אויף א ענין גשמי, און עס זאל ניט מבלבל זיין איין ענין צום צווייטן.
ווכמו יוסף הצדיק שהי' שליט בכל ארץ מצרים, ומבלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו, ומ"ם איז בשעת מעשה איז ער געשטאנען בתכלית הדביקות.
און דאס ווינטשט מען זיך הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו, אז כל היום, וואו מען גייט און וואו מען שטייט, זאל מען שטיין אזוי ווי בשעת התפלה - תכלית הדביקות. יד: און דאס איז אויך דער ענין וואס מען הויבט אן לייענען בראשית ברא, בנין העולם והתורה מחדש, וואס דער סדר איז אז מען הויבט אן מיטן כלל און פון דעם כלל איז מקן ממשיך לפרט, אז מען דארף אנהויבן מיטן כלל פון תורה בכל הג' עמודים, ובענין עמוד העבודה איז אז מען דארף אנהויבן מיט דער תנועת התפלה מלשון התקצרות, און דאס דארף מען ממשיך זיין בכל הפרטים, אז אומעטום וואו א איד געפינט זיך דארף זיין דער בכל דרכיך דעהו, דעת מלשון התקשרות כמ"ש בתניא, די התקשרות התפלה דארף זיין בכל דרכיך, באכילתו ובשתייתו וכו'.
און ווי געזאגט פריער אז עס דארף זיין די תנועה פון "להרבות" בלי גבול, ווארום נאך די עבודת התשובה פאדערט זיך דער קיום התומ"צ באופן בלתי מוגבל, וואס דאס
קומט דורך די המשכת הכלל בהפרטים, ווארום די פרטים מצד עצמם זיינען מוגבלים נאר די פרטים שמצד הכלל יעמולט איז דאם בל"ג.
און יעמולט איז מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה, אז אין די דריי זאכן וואס דער אויבערשטער גיט אידן, בני חיי ומזוני, גיט ער דאס בלי גבול, אז די אלע דריי ענינים זיינען רויחי במשך כל השנה. טו, מען האט דאך פריער דערמאנט אין דעם וואס דער רמב"ם זאגט וועגען די שמחה יתירה שבסוכות אז דאס איז מצד דעם פסוק ושמחתם לפני הוי' אלקיכם שבעת ימים, דער פסוק ושמחתם שטייט דאך נאך דעם ולקחתם לכם ביום הראשון פרי ען הדר גו' איז דאך מובן אז דער ושמחתם איז פארבונדן מיטן ולקחתם. וד.ה. אז די שמחה שבסוכות איז פארבונדן מיט מצות ד' מינים. אזוי שטייט אויך אין ירושלמי - שמחת לולב.
פון דעם וואס פון די ד' מינים כאפט אן דער ירושלמי דעס לולב דוקא, איז מובן אז ער איז דער עיקר פון די ד' מינים וכולם נקראים על שמו. אזוי זעט מען אויך אין דעם נוסח הברכה שתיקנו אנשי כנסת הגדולה, איז דער נוסח הברכה - על נטילת לולב.
ולכאורה, ס'איז דאך מבואר אין מדרש בענין הד' מינים, שאתרגב יש בו טעם ויש בו ריח, לולב יש בו טעם ואין בו ריח, הדס האט ריח אליין, ערבה אין בה לא טעם ולא ריח, ונמצא שהאתרוג חשוב מכולם.
וכמו"כ ברוחניות, איז טעם גייט דאס אויף תורה, ווארום תורה איז בהשבה ובפנימיות ותורתך בתוך מעי, און
ריח איז ריח איז מצות ווארום קיומם איז ניט מצד הטעם נאר וויילע חוקה חקקתי גזירה גזרתי, איז לולב מורה על בעלי תורה און אתרוג מורה אויף דעם סוג אידן וואס האבן סיי תורה סיי מצות,
היינט פארוואס נקראו כולם, גם האתרוב, על שם הלולב, ווי אזוי קען דער אתרוג שהוא חשוב יותר, להיות נטפל לחלוב?.
אז. דער חילוק פון תורה מיט מצות איז, אז צו לימוד התורה דארף מען זיין בהתבודדות פון וועלט, וכמו שמצינו גבי רשב"י ור"א ברי', אז בשעת זיי זיינען געווען במערה ואיברא להו חרוב ומעין, און זיינען געווען אפגעשלאסן פון וועלט, יעמולט דוקא נתעלו בתורה, ובנגלה דתורה כמבואר באגה"ק.
משא"כ מצות דארף זיין אין וועלט דוקא, מחשבות וכוונות זיינען ניט מספיק, נאר עס מוז זיי הנחת תפילין גשמיים דוקא, והוקשו כל מצות התורה לתפללין, אז זיי דארפן זיין בגשמיות דוקא.
וואס מצד תורה מאנט זיך אפגעשלאסנקייט פון וועלט און וועלט האט דארטן קיין ארט ניט, וכמבואר בבמרא אז בשעת רשב"י איז ארויס פון מערה איז אויף יעדער ארט וואו ער האט א קוק געטאן איז דער ארט חרוב געווארן, וויילע מצד תורה האט וועלט קיין ארט ניט, דערפאר איז געווארן אויס וועלט. משא"כ מצד מצות מאנט זיך אין וועלט דוקא.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-mbsyt26a
Copies
Recent activity
Sources
- drive