אחש"פ
אחש"פ, שיחה י
יא. דער רבי האט דערציילט אז בשנת תרס"ו האט זיך אנגהויבן דער סדר וואס דער רבי (מהורש"ב) נ"ע האט איינגע- פירט אז תלמידי התמימים זאלן טרינקען ד' כוסות אין דער סעודה דאחש"פ,
אויך איז פראן דער ווארט: די ר' כוסות פון סדר זיינען ד' כוסות דמשה רבינו און די ד' כוסות פון אחש"פ זיינען די ד' כוסות דמשיח.
דער ענין פון יין איז דאך אז פריער איז ער מכוסה בענביו און דערנאך קומט ער ארויס בגילוי מההעלם, און פונקט
ווי ין ווי יין אליין איז גילוי ההעלם אזוי אויך פעולתו בנפש איז וואס ער איז מגלה דעם העלם כמאמר נכנס יין יצא סוד, וואס סוד מיינט פנימיות הנשמה, בחי' יחידה, אז דורך יין זוהי פנימיות התורה, ווערט נתגלה פנימיות הנשמה, דזהו"ע פדה בשלום נפשי ביאת משיח הפרטי, ויין משמח אלקים ואנשים אז ער נעמט אראפ אויך די אלע גבורות וצמצומים דשם אלקים, אז דורכן פדה בשלום כבשי, ביאת משיח הפרטי, גייט ארוים אויך די שכינה פון גלות, ביאת משיח הכללי, בקרוב ממש. דיב. עס ווערט דערמאנט אין א רשימה, אז יענעם אחש"פ (תרס"ו) אינ געווען א מאמר ד"ה מלכא ומלכתא הוו יתבי, מלכא אמר גדיא יאי ומלכתא אמרה אמרי יאי, מאן נוכח כהן גדול, דאון דער כה"ג האט געבראכט א ראי' פון דעם וואס דער קרבן תמיד איז בא מן הכבשים, איז אע"פ אז אויך אנדערע זאכן. זיינען כשר לקרבנות וויבאלד אז אבער אז צום קרבן תמיד האט דער אויבערשטער בוחר געווען מן הכבשים איז א דאי' אז אמרי יאי.
דער מאמר איז געווען א קורצער. צו יענעם מאמר איז אויך געווען דער רז"א, וואס אין די יארן ווען ער פלעגט קומען אויף פסח, איז ער אויך געווען בא די סעודה, ולכבודו האט דער רבי נ"ע מקצר געווען אין מאמר, האט דער מאמר געדויערט א האלבע שעה לערך.
דער מאמר האב איך ניט געזעהן. קיין הנחה אויך ניט. ווי ס' איז אבער קענטיק אז אין מאמר האט זיך גערעדט דער ענין המבואר במ"א אויף די גמרא הנ"ל שיתבאר להלן. יג., תורה מיט אירע סיפורים זיינען א הוראה, ולכאורה וואס איז די הוראה מסיפור הנ"ל שבגמרא? מען קען ניט זאגן
אז דאס אז דאס איז א הוראה אין הלכה, ווארום דער דין איז אז אויך גדיים זיינען כשר לקרבנות, און אז צום קרבן תמיד דארף מען האבן נכסים, וויים מען דאך הנינט וואס איז די הוראה מסיפור זה ? .
און אויפן יסוד פון דער קשיא, איז חסידות מבאר אז דאס רעדט זיך בענין מלכא ומלכתא שלמעלה.
אלע ענינים שלמטה קומען בדרך השתל' מענינם למעלה. דפירוש השתל' איז מלשון שלשלת, אזוי ווי א שלשלת פון א סאך טבעות אז אויך טבעת היותר תחתונה קטורה בטבעת היותר עליונה, אזוי אויך בענין הסתל' העולמות, אז אויך עוה"ז הגשמי והחומרי סמלא קליפות ווערט ער אויך נסתלשל פון למעלה. און דער ענין פון מלכא ומלכתא שלמטה ווערן נסתלשל פון מלכא ומלכתא שלמעלה, און בשעת עס קומט א פתגם פון א מלך לשראל דא למטה (ששמר גדיא יאי) ווערט דאס נשתלשל פון דעם פתגם פון מלכא שלמעלה.
דענין מלכא ומלכתא למעלה הו"ע קוב"ע ושכינתי'. קוב"ה איז לשון זכר - מלכא, און סכינתי' לסון נקבה - . מלכתא. וביאור ענינם: קוב"ה איז קדוש מלסון מובדל, ס'איז העכער פון עולמות. און שכינתי' איז מלשון שוכן בתחתונים, ד.ה, אז דאס איז דער אלקות וואו אין איס איז נוגע די כוונה פון דירה בתחתונים, עס זאל זיין ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אז ס איז נתהוה געווארן א עולם אין וועלכען עס זעט זיך אן אז עס פירט זיך אלץ בדרכי הטבע, עבר הוה ועתיד, און אין דעם עולם זאל מען מאכן א דירה לו ית'.
ווהנה בבחי' מלכא שהוא קדוש מהעולמות, איז דארטן
ניט אניט נוגע כ"כ דער ענין הכלים הגשמיות, נאר דארטן איז - וך? נוגע בעיקר דער ענין הרוחניות וריבוי האורות, און דערפאר איז מלכא אמר גדיא יאי. משא"כ מלכתא ששוכנת בתחתונים, וואס דארטן איז נוגע און עס הערט זיך אן די כוונה פון דירה בתחתונים, דארטן איז נוגע ענין ריבוי הכלים, דערפאר איז מלכתא אמרה אמרי יאי.
וואס דער חילוק פון גדיא ביז אמרי איז: גדיא איז דער ענין התוקף, דזהו מה סנק' עזים - עז מלשון תוקף, וכמרז"ל אז זיי זיינען די תקיפים שבחיות, משא"כ אמרי איז מורה על חלישות כמ"ש כרחל לפני גוזזי' נאלמה.
וביאור ענין גדיא ואמרי בעבודה, הנה ענין גדיא הוא אויף דורכברעכן אלע מניעות ועכובים, היינו גם המניעות ועכובים שמבפנים, וואס אויף דעם דארף מען האבן תוקף. ווארום אויף דורכברעכן מניעות שמבחוץ, וואס מצד דעם עולם דארף מען ניט אויסניצן קיין תוקף, אויף דעם איז אויך . מספיק די התבוננות המבוארת בספרי מוסר ובפרט בחסידות בענין העולם, וואס די התבוננות איז מספיק אויף ניט נתפעל ווערן פון דער וועלט. ווען דארף מען האבן דעם תוקף פון עזים - בשעת עז התבוננות העלפט ניט, וויילע ער האט מניעו: שמבפנים, מצד החטאים שלו וואס זיי האבן געמאכט א מחיצה של ברדל המפסקת כו', וואס די מחיצה לאזט אים ניט צוכאפן דיך און גיין אויף דער ריכטיקער וועג, יעמולט דארף מקן האבן דעם תוקף שלמעלה מהסכל, וואס דורך דעם צוברעכט ער די דענינים שעברו מיט דער מחיצה של ברזל וועלכע ס' איז געווען בגופו ונפשו הבהמית וחלקו בעולם, צוברעכט ער דאס און רייסט זיך אפ און שטעלט זיך אוועק העכער פון גשמיות ומכ"ס
אמנם ענין שמרי הו"ע הרכות און ווייכקייט, אז ער האט ניט קיין מחיצה כו', ומצד דעה דארף ער ניט גוטן קיין תוקף, אדרבה, בא אים איז די עבודה פון התבוננות אז עריאיז מסביר דעם נה"ב כו' און מאכט אים פאר א כלי צו אלקות.
והוא כללות החילוק בין צדיקים לבע"ת, דאמרי הוא עבודת הצדיקים, אז ער איז אין וועלט און מאכט די וועלט פאר א כלי צו אלקות, וגדיא הו"ע עבודת הבע"ת, וואס ער גייט מיט א תוקף און סטעלט זיך אוועק העכער פון וועלט.
כידוע משמר המגיד דזה שרז"ל אל ישמר אי אפשי אלא אפסי ואבי שבסמים גזר עלי, איז דאם בא צדיקים דוקא. זיי שטייען אין וועלט ומצד עצמם איז אפסי נאר אבי שבשמים גזר עלי. משא"כ בע"ת וואס זיינען העכער פון וועלט, זיי דארפן ניט אנקומען צום ואבי שבשמים גזר, בא זיי איז לכתחילה אי אפסי, וויילע ער האט ניט קיין סייכות צו וועלט.
וזהו"ע מלכא אמר גדיא יאי ומלכתא אמרה אמרי יאי, ווארום בבחי' מלכא וואס דארטן איז נוגע ריבוי האורות כנ"ל, במילא איז דארטן גדיא יאי, סבזה דוקא הוא ריבוי הרוחניות והדקות, וואס ער איז מובדל לגמרי פון עולם און ריבוי אור, וע"ד שאמרו אז במקום שבע"ת עומדים טין צ"ג יכולים לעמוד, וויילע עבודתם איז בחילא יתיר, אמנם בבחי' מלכתא וואס דארטן הערט זיך די כוונה פון דירה בתחתונים אמרה אמרי יאי, דאס וואס מען משכט וועלט פאר א כלי צו אלקות, דבזה נשלים הכוונה דדירה בתחתונים.
מאן נוכח, נוכח כהן גדול, דענין הכהן הוא לשרת בקודס, איז אין אים הערט זיך אויך די כוונה פון דירה בתחתונים, האט ער געזאגט אז אמרי יאי, און געבראכט א ראי' פון קרבן תמיד, שעבודת הצדיקים הוא עבודה של תמידים כסדרם כו' משא"כ עבודת התשובה. דיד. אמנם עדיין צריך להבין, תורה איז דאך א הוראה, היינט נאך וואס דארף ער דערציילן דעם גאנצן אריכות הסיפור וואס מלכא האט געזאגט און וואס מלכתא האט געזאגט און אז. די הכרעה איז אמרי יאי, האט ער דאך געקענט זאגן באלד אז אמרי יאי, און וואס איז נוגע דער גאנצער אריכות הסיפור?
ומוכרח לומר, אז אין גדיא איז אויך דא א מעלה. וואס דערפאר בריינגט די גמרא אויך די דיעה, וואס דאס איז א הור"ה בתורה אז ס'איז דא ט מעלה אויך אין גדיא, און אז אמאל דארף מען גיין מיט דעם סדר.
והענין, עס איז דאך שבע יפול צדיק וקם, איז בשעת הנפילה, יעמולט קען מען ניט גיין מיטן סדר פון אמר', און מען מוז גיין מיטן סדר פון גדיא.
און ניך דעם אז מען גייט מיטן סדר פון גדיא, מען האט שוין דעם תוקף, יעמולט דירף מען וויסן אז דער תכלית איז אמרי, התיישבות, און מען דארף אראפטראגן אויך דעם תוקף וריבוי האורות דגדיא אין א התיישבות.
וזהו מסיה אתא לאתבא צדיקייא בתיובתא, וואס דער תכלית איז וראו כל בשר, אפילו חיות ובהמות, שהו"ע ההמשכה למטה, עבודת הצדיקים. אבער די התחלה דארף זיין ענין התסובה, ברעכן און שטעלן זיך העכער פון וועלט, שזהו
התחלת התחלח העבודה, וע"ד המבואר בתניא (פכ"ה) אז מען דארף האבן - 74? מס"נ, אויך דער דור שנכנסו לארץ, וויילע מס"נ איז דער איסור כל העבודה, און דערנאך דארף מען אראפטראגן דעס תוקף פון מס"נ למטה אין א התיישבות אין די כחות פנימיים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-6xdw8zar
Copies
Recent activity
Sources
- drive