עברית
Library

מקץ, זאת חנוכה

מקץ, זאת חנוכה, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. דערמיט וואס נ"ח איז בחי' עתיק, איז דאס אויך א ביאור על משנ"ת (בליל נר ה' דחנוכה) אז נרות חנוכה זיינען אפגעטיילט פון נרות שבת ונרות המקדש - אע"פ שבזה כולם שוים אז ענינים איז "אור", ניט ווי נרות ביהכ"נ שענינם בשביל כבוד, דערפאר אסור להבדיל עליהם, משא"כ ג' סוגי נרות הנ"ל זיינען אלע "אור" - אז נרות שבת זיינען צוליב א תכלית, שלום בית, אזוי אויך נרות המקדש זיינען א עדות שהשכינה שורה בישראל, משא"כ נרות חנוכה זיינען ניט צוליב אן אנדער זאך, נאר דער תכלית שטייט אין זיי אליין.

ונתבאר אז כללות ענין האור איז תורה כמ"ש ותורה אור, איז אויך אין תורה פאראן, בכללות, צוויי סוגים. א) תורה צוליב אן אנדער זאך, אזוי ווי לידע את המעשה אדער כמ"ש הרמב"ם סוף הל' חנוכה בכדי לעשות שלום בעולם. ב) תורה לשמה, וואס דער תכלית איז אין תורה אליין. והוא בחי' האור דנ"ח וואס דער תכלית אין דעם אליין.

איז דער פנימיות הטעם אין דעם, ווארום וויבאלד אז נ"ח הוא בחי' עתיק, דבכללות הו"ע העצמות, איז דאך אויף עצמות ניט שייך צו זאגן אז ער איז צוליב א אנדער זאך, ער אליין איז דאך תכלית השלימות, וואס מצד דעם קומט דאס ארויס אויך אין נגלה, אין דעם דין פון נ"ח, שמצותה איז ניט צוליב אן אנדער זאך, נאר דער תכלית איז אין נ"ח אליין.

ומטעם זה איז אויך דער דין שאסור להשתמש לאורה, - וויילע ענין נ"ח (בחי' עתיק) איז ניט ענינה אויף נוצן צוליב אן אנדער זאך, אדרבה, דער גאנצער תכלית שטייט אין אים אליין, און ניט זיין ענין איז מען זאל אים אויסנוצן צוליב עפעס אנדערש. (אעפ"כ איז דא אין דעם אויך א ענין שמשתמשין, וכמשל"ת להלן)

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
2 Teves 5720 (2 January 1960)
Id
rh-r3dnf451

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1Cho2nptG6GLZvexh-ncqup…