עברית
Library

משפטים, פ' שקלים, מבה"ח וער"ח אדר

משפטים, פ' שקלים, מבה"ח וער"ח אדר, שיחה ד

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ה. וואס דאס איז דאך אויך תוכן מאמר הבעש"ט אויף די משנה: הלומד מחבירו פרק אחד כו' או אפילו אות אחת צריך לנהוג בו כבוד כו' ומה דוד מלך ישראל שלא למד מאחיתופל אלא שני דברים בלבד קראו רבו אלופו ומיודעו, הלומד מחבירו פרק כו' או אפילו אות אחת על אחת כמה וכמה, פרעגט דער בעש"ט כמה קושיות, ומהם: א) ס'איז דאך דיו לבא מן הדין להיות כנדון, היינט ווי קען מען אפלערנען פון שני דברים אויף ווייניקער ווי שני דברים, ביז צו אות אחת? ב) פאר- וואס זאגט ער דעם לשון שני דברים בלבד, און ווייטער בא הלומד מחבירו שטייט ניט דער ווארט אות אחת בלבד?

ענטפערט דער בעש"ט, אז מחבירו מיינט מחבירו בתומ"צ, בשעת מען הערט אפילו א אות אחת פון חבירו בתומ"צ, איז דאך דאס א ענין פון תורה, וואס זי איז בל"ג, במילא איז דאס בפנימיות ניט קיין איין אות נאר ס'איז כל התורה כולה.

- ווי מיר געפינען אז די עשה"ד זיינען כולל כל

התר"ך מצות כדאי' באותיות הרס"ב, און דער ווארט אנכי אי: כולל אלע עשה"ד, און דער ערשטער א' פון אנכי איז כולל דעם גאנצן ווארט, ונמצא אז אין איין אות איז כלול כל התורה -

משא"כ אז מען לערנט פון אזא וואס עס פעלט קדושת התורה נאר מען לערנט דאס ווי סתם א שכל, איז מען דאר מקבל מער ניט ווי די זאך וואס לר לערנט אבער ניט מערער.

תורתו של דואג ואחיתופל איז געווען כהשפה ולחוץ,

ד. ה. מער ניט ווי מצד השכל, במילא האט דוד פון זיי געלערנט שני דברים בלבד, ווארום אין די שני דברים איז מערער ניט געששאנען, מאכט די משנה א ק"ו, ומה דוד מלך ישראל שלא למד מאחיתופל אלא שני דברים גלבד עראי רבו אלופו ומיודעו, הלומד מחבירי (בתומ"צ) כו' הבילו אות אחת (וואס אין דעם אות איז דא מכללות כל הנורה) צאנו. ו, די הוראה מהנ"ל איז:

מען דארף לערנען תורה פון אזא וואס אין זיין לערנען הלרט זיך אן לדושה התורה, און דער אופן הלימוד דארף זיין לפניהם - לפנ מיוחס, און דאס וערט זיך ניט נאר בנוגע ענינים שלמעלה מהשתל', נאר אויך בנוגע ענינים שכליים שבתורה אזוי ווי משפטים

וואס דורכן לימוד באופן כזה, דערלאנגט דאס לכנימיורם, אין עשם הנשמה, וואס זי איז כארבונדן מיט עצמות, וואס דאס איז דער רמז אין אות אל"ף - אל דער אי? שלמטה איז פארבונדן מיטן יו"ד שלמעלה דורכן קו המחברם.

ץ. אויפן פסוק לה יתנו גו' מחצית הסקל, חטייט אין

ירושלמי און מער בארוכה אין זוהר, אז דאס איז געווען א - 96ן . כפרה אויפן חטא העגל, און ווי ער טייטשט אין זוהר: כל העובר על הפקודים - דעבר על פיקודיא דאורייתא, וואס דאם איז אויך דער טייטש פון כפר נפשו - א כפרה לעצם נששו.

ווארום אין מצות איז דאך פראן כמה חילוקי מדריגות, מצות זיינען דוגמת האברים, פראן אברים שאין הנשמה תלוי' בהם, און פראן אברים שהנשמה תלוי' בהם, אבער אפילו די אברים שהנשמה תלוי' בהם איז דאך יעדער איינער פון זיי מער ניסט ווי איין אבר, דער ענין פון ע"ז אבער איז דאך כללות התורה, במילא רירט עם אן אין עצם הנפש, און וויבאלד אז דער חטא איז אזא וואס רירט אן אין עצם הנפש, דארף זיין די כפרה דוגמת הפגם, אז אויך די כפרה דארף זיין דורך אזא ענין וואס רירט אן אין עצם הנפש - כפר נפשו. עפי"ז וועט מען צויך פארשטיין מאמר רז"ל שמשה נתקשה ווי אזוי קען זיין כפר נפשו, אלץ וואס מען גיט רירט עס דאך נאך ניט אן אין נפש? איז דאך לכאורה ניט פארשטאנד- דיק, וואס האט זיך משה רבינו אפגעשטעלט בא דעס ענין פון מחצית השקל דוקא, פרשת הקרבנות איז דאך נאך געזאגט געווארן פריער, באלד נאך מ"ת, וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיך, וואס קרבנות איז דאך אויך א כפרה, ובפרט לפי המבואר ברמב"ן בארוכה אז דער אדם המקריב האט געדארפט טראכטן אז די אלע ענינים וואס מען טוט מיטן קרבן זיינען כאילו נעשים בו, האט דאך אויך דארטן משה רבינו געדארפט פרעגן, ווי אזוי קען הקרבת הקרבנות אנרירן אין נפש, און פארוואס האט ער געפרעגט בא מחצית השקל דוקא?

ועפ"י הנ"ל יובן, ווארום די כפרה שע"י הקרבנות

זיינען ענינים פרטיים, דערפאר איז דאס ניט געווען קיין פלא בא משה'ן, משא"כ מחצית העקל וואס האט געדארפט אנרירן אין עצם הנפש, אויף דעם איז משה נתקשה, ווי אזוי קען דאם אנרירן אין עצם? ח, עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין וואס דער אור החיים הקדוש טייטשט דעם פסוק כי תשא את ראש בני ישראל אז דאס גייט אויף סילוקם של צדיקים וואס דאס איז בעון הדור, ראש בנ"י זיינען צדיקים, כי תשא את ראש בני ישראל הייסט, אז דער אויבערשטער נעמט צו (תשא מלשון תקבל) די צדיקים, און אויף דעם דארף מען געבן כפר נפשו של הצדיק ונפשו של הנותן, וואס דורך דעם איז לכפר על נפשותיכם.

איז ניט פארשטאנדיק, וואס איז די שייכות פון פירוש אור החיים מיטן פירוש הפשוט, דאין מקרא יוצא מפשוטו? ועפ"י הנ"ל יובן, ווארום וויבאלד אז עס רעדט זיך בנוגע חטא ע"ז, וואס דאס איז א חטא ופגם כללי, שפיגעלט זיך דאס אפ אין דער נשמה כללית, און אזוי ווי מיר געפינען בא דעם ערשטען מנהיג ישראל, משה רבינו, אז דער חטא העבל האט געפועלט א ירידה אויך אין משה'ן, לך רד, רד מגדולתך, אע"פ אז ער איז גאר בשעת מעשה החטא געווען למעלה.

און וויבאלד אז דער ענין וואס חטא העגל האט אויפ- געטאן איז ענין המיתה, ווארום בשעת נתינת הלוחות איז געווען חרות (בצירי) ממלאך המות, און דורך חטא העגל איז געווארן צוריק ענין המיתה, דערפאר איז ווי דאס שפיגעלט אויך אפ אין די נשמה כללית, איז דאם אויך אין דער ענין פון הסתלקות הצדיקים.

דער

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
29 Shevat 5720 (27 February 1960)
Id
rh-8xwcbjr5

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1wCWNwpRmgIe4dOFXdHFfFm…