בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח
בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה ה
ה. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין וואס שטייט אין גמרא רבא חזי' לרב המנונא דקא מאריך בצלותי' א"ל מניחים חיי עולם ועוסקין בחיי שעה, האט ער אים געענטפערט, זמן תורה לחוד וזמן תפלה לחוד.
איז דאך ניט מובן וואס האט אים געזאגט רבא און וואס האט אים רב המנונא געענטפערט? רבא איז דאך געווען א ראש ישיבה, און ער האט געזאגט לתלמידיו די וואס זיינען. געקומען לירחי כלה, אז א זמן מסויים זאלן זיי זיך עוסק זיין בעניני דרך ארץ, איז דאך פשיטא אז ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן מפסיק זיין לתפלה, היינט וואס האט ער גע'טענה'ט צו רב המנונא'ן, מניחים חיי עולם ועוסקים בחיי שעה?
מען קען ניט לערנען דעס פשט אז די טענה פון רבא'ן איז געווען אויף די אריכות התפלה פון רב המנונא'ן, ווארום אויב אזוי וואס האט ער איס געענטפערט, זמן תורה לחוד וזמן תפלה לחוד? (חסר התירוץ).
לבד זאת, איז אויך בעיקר הענין אינו מובן, אם מי שתורתו אומנתו פטור מהתפלה ומי שאין תורתו אומנתו צריך
להפסיק לתפלה, דלכאורה, וויבאלד אז תורה איז העכער פון תפלה, ווי ער זאגט אז תורה איז חיי עולם און תפלה חיי שעה, וכדפירש"י אז תפלה איז למזונות פרנסתו כו' וואס דאס זיינען ענינים מוגבלים, און תורה איז חיי עולם, וחיי עולם נטע בתוכנו, בלי גבול, היינט וויבאלד אז תורה איז העכער פון תפלה, איז דאך אפילו מי שאין תורתו אומנתו איז אבער די ביסל צייט וואס ער האט איז פארוואס זאל ער דאס אפגעבן אויף חיי שעה, הגבלה, בשעת ער קען דאס אפגעבן אויף חיי עולם, בלי גבול?
מוז מען דאך זאגן, אז ס'איז דא א מעלה אין תפלה אויף תורה. די מעלה אבער איז אויף תורה סתם און ניט אויף תורתו אומנתו.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
- Id
- rh-ppmbm8xe
Copies
Recent activity
Sources
- drive