עברית
Library

נר ה' דחנוכה, שיחה להת' שי' - בעת מסירת דמי חנוכה

נר ה' דחנוכה, שיחה להת' שי' - בעת מסירת דמי חנוכה, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. דער ענין פון נר ואור בכלל איז כמ"ש כי נר מצוה ותורה אור, ד.ה. אז בכלל מצות זיינען א ענין פון נר, די מצות אבער וועלכע זיינען פארבונדן וענינם איז אור, איז תוכן ענינם הפנימי איז דער ענין התורה שבהם.

די מצות הנרות, פון נרות שבת, נרות המקדש ונרות חנוכה, זיינען אלע פארבונדן מיט אור, ניט מיט פייער נאר מיט אור.

נרות שבת וואס דארפן אויפטאן שלום בית, איז דאך דער שלום בית ווערט אויפגעטאן ניט דורך דעם פייער נאר דורכן אור.

אויך נרות המקדש איז ניט זייער ענין אש אזוי ווי אש המזבח נאר זייער ענין איז אור כמ"ש יאירו, און דערפאר אויך דער לשון הגמרא איז ניט וכי לאש הוא צריך נאר וכי לאורה הוא צריך.

אזוי אויך נרות חנוכה איז ענינם אור, די ראי' איז פון דעם וואס דער דין איז אז מען טאר ניט מאכן קיין הבדלה אויף נרות חנוכה וויילע אסור ליהנות מאורה, איז דאך משמע דערפון אז אויב מען וואלט מעגן להשתמש לאורה וואלט מען קענען מאכן אויף דעם הבדלה, בריינגען דערפון מפרשים א ראי' אז נרות חנוכה איז צוליב אור, ווארום אויב עס וואלט געווען צוליב אן אנדער זאך ניט צוליב אור וואלט מען ניט קענען מאכן אויף דעם קיין הבדלה, וכפסק אדמו"ר הזקן אין דיני הבדלה בהל' שבת אז א נר וועלכן מען ציינדט אן אויך בייטאג, וואס פון דעם איז דאך א ראי' אז דאם איז ניט צוליב אור, איז כאטש ער ברענט דאך אויך ביינאכט און ער איז מאיר, טאר מען ניט מאכן אויף דעם קיין הבדלה.

ונמצאל

ונמצא, אז אלע דריי נרות, נרות שבת נרות המקדש ונרות חנוכה איז תוכנם הפנימי - לימוד התורה.

נאר אין לימוד התורה גופא איז פראן כמה אופנים: פראן דער ענין אין תורה אז זי איז צוליב שלום וכמ"ש הרמב"ם בסוף הלכות חנוכה (ס'איז פון א ברייתא וספרא) אז תורה ענינה אויפטאן שלום אין וועלט, - נרות שבת, פראן דער ענין אין תורה וואס טוט אויף דעס פארבונד אז ישראל וקוב"ה כולא חד וואס דאס איז דורך אורייתא, און דאס איז דער ענין פון עדות שהשכינה שורה בישראל - נרות המקדש, און פראן א ענין אין תורה וואס זי איז ניט צוליב זיטיקע זאכן, נאר תורה מצד עצמה, תורה צוליב תורה - נרות חנוכה.

און דאס איז דער לימוד מיוחד וואס מען דארף זיך לערנען פון די נרות חנוכה, אז אויסער דעם ענין וואס. ס'איז דא אין תורה, דער ענין פון גדול תלמוד שמביא לידי מעשה וואס דאס איז דער ענין וואס תורה טוט אויף שלום, ווארום דורך עשיית המצות טוט מען אויף שלום בפמליא של מטה ובמילא אויך בפמליא של מעלה, אויסער דעם ענין פון תורה וואס זי טוט אויף דעס קישור פון ישראל וקוב"ה, איז אויסער דעם פראן דער ענין פון תורה לשמה, תורה מצד עצמה, און דאס איז דער לימוד מיוחד פון נרות חנוכה.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
28 Kislev 5720 (29 December 1959)
Id
rh-q5rd6nmj

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1VrI67nu1eD88_i0wJe2eMr…