ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"
ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה ד
ה. איינע פון די אנווייזונגען פון דעם בעל שם טוב, - און דערנאך האבן זיך אויך אזוי געפירט די תלמידים זייערע און די נשיאים ביז צו דעם רבי'ן דער שווער - איז פון דער משנה (אבות פ"ד מ"א) איזהו חכם הלומד מכל אדם, דד.ה. ווער איז א קלוגער קינד און א קלוגער מענטש דער וואס לערנט זיך אפ פון יעדער מענטש וועמען ער זעט. האט דער בעל שם טוב אויף דעם געפרעגט, ניט יעדער מענטש קען זיין א טיטשער א מלמד, און פונדעסטוועגן זאגט מען אים אויב א קינד וויל זיין א חכם א קלוגער דארף ער זיך לערנען פון יעדן מענטסן. האט דער בעל שם טוב פארטייטשט אז בסעת מ'טרעפט א מענטסן, א אידן, איז דא אמאל אז מ'טרעפט אן א מענטשן א צדיק וואס ער פירט זיך אויף ווי מ'דארף זיך פירן, איז אט יעמולט א קלוגער קינד לערנט אויך אפ פון אים אז ער זאל זיך אויך פירן אין די גוטע אוועגן אין וועלכע עס פירט זיך דער גוטער מענטש, דער ז צדיק, מיט וועלכן ער האט זיך געטראפן. די זעלבע זאך ווען ער טרעפט זיך מיט א מענטש וואס ער איז דער פאר- קערטער זאך פון א צדיק, א רשע, איז דעמאלט דארף ער זען אויך אויסהיטן אז קיינמאל זאל ער ניט טאן די ניט גוטע זאכן און די ניט גוטע אויפפירונג וואס עס פירט זיך דער רשע. . ו, און דאס איז א מעגליכקייט אויף צו לעבנען זיך פון יעדער איינעם מיט וועלכער ס'טרעפט זיך, סיי דאס . איז א איד וואס ער איז א צדיק, ד.ה. וואס פירט זיך ווי דער אויבערשטער וויל, סיי ער איז אזא מין וואס דערויילע
ווייס ער נאך ניט פון די גוטע וועגן, דערפאר טוט ער ניט קיין גוטע זאכן.
און דאס איז אויך אַן אפלערנונג פאר אייך, אז איר זאלט זיך פירן אין דער וועג צו ארומקוקן זיך ארום זיך און זען טאן די אלע גוטע זאכן וואס ווערן געטאן פון גוטע מענטשן ארום אייך און אויסהיטן זיך און ניט טאן די זאכן וואס ווערן געטאן פון ניט גוטע מענטשן. און דעמאלט וועט איר וואקסין ווי דער בעל שם טוב זאגט אז איר וועט זיין חכמים קלוגע קינדער און די עלטערן און די וואס פארנעמען זיך מיט אייך זאלן האבן פון אייך אמת'ן נחת.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
- Id
- rh-j8xdgzev
Copies
Recent activity
Sources
- drive