ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"
ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה יב
טו. ווי אזוי קען מען קומען צו אזא מין אופן לערנען, אז מ'זאל זיך וועלן אנשטריינגען אפילו דאן ווען מ'פארשטייט וואס עס שטייט אין חומש, משנה, גמרא און ספרים, זאל מען זיך אנשטריינגען צו פארשטיין נאך מערער און מיט מער לעבעדיקייט און מיט מער ווארימקייט.
איז דאס פארשטאנדיג דערפון וואס דעם צמח צדק'ס זון - דער רבי מהר"ש - דער נשיא וואס נאך אים, האט דערקלערט אז א איד דארף דינען דעם אויבערשטען וויסנדיג אז דער עיקר איז אז דאס וואס מ'טוט א מצוה און דאס וואס מ'לערנעט תורה איז ניט צוליב דעם שכר וועלכער ער וועט באקומען אין גן עדן און אין עולם הבא. און האט דאס דערקלערט אז דאס וואס מ'האט פערגעניגען אין גן עדן און. אין עולם הבא איז דאס דער פערגעניגען וואס דער מענטש
האט, בשעת אבער אז קינדער אדער ערוואקסענער טוהען א מצוה אדער לערנען תורה שאפן זיי דערמיט א פערגעניגען דעם אויבערשטען, איז דאך דער פערגעניגען פון דעס אויבערשטען א סאך א ברעסערער ווי דער פערגעניגען וואס א קינד אדער א ערוואקסענער מענטש קען האבן.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
- Id
- rh-83csfgbd
Copies
Recent activity
Sources
- drive