שלח, מבה"ח תמוז
שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ב
ב. אין היינטיקע סדרה דערציילט ער וועגן שילוה המרגלים. ועפ"י המבואר לעיל, איז דער ענין שילוה המרגלים דא אויך איצטער.
נוסף אויף דעם וואס דל תוצאות פון דעב זיינען דא איצטער, ווארום פון מעשה המרגלים האט זיך אנגעהייבן דער ענין אז משה זאל ניט אריינגיין אין א"י דער פועל דערפון איז ארויס במי מריבה אבער די התחלה האט זיך אנגעהייבן פון מעשה המרגלים, ומצד דעם וואס די כניסה לא"י איז געווען ניט דורך משה'ן נאר דורך יהושע'ן, איז געווען א נתינת מקום לגלות.
ווארום פני משה כפני חמה ופני יהושע כפני הלבנה, וואס דער חילוק פון חמה מיט לבנה איז אח אין חמה איז קיין שינויים ניטא משא"כ לבנה איז כשיכולים לפעמים במילאוה ולפעמים איז זי בתכלית ההעלם. וואס דערפאר איז מצד דעם וואס די כניסה לא"י איז געווען דורך יהושע כפני לבנה, איז געווען אין דעם שינויים. האט געקענט זיין א נתינת מקום לגלות, משא"כ אויב די כניסה וואלט געווען דורך משה'ן, וואלט ניט געווען דער גלות.
דאס איז דאך אבער מערניט ווי דין תוצאות פון מעשה המרגלים, אמנם, לפי המבואר לעיל, איז דער פשט אז יעדער ענין שבתורה, ומעשה המרגלים בכללם, איז דער ענין אליין אויך א נצחי.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Sivan 5720 (18 June 1960)
- Id
- rh-zt2c061b
Copies
Recent activity
Sources
- drive