עברית
Library

י"ט כסלו

י"ט כסלו, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. דער רבי האט אמאל געזאגט אין א סיפור אין א פארבריינגען אז אזוי ווי אין דער אגרת הקודש פון זיין פאטער שטייט אז דאס איז ר"ה לתורת החסידות, איז דאך דער מנהג אין ר"ה איז, אז באלד נאך מעריב זאגט מען א גוט יו"ט, און "לשנה טובה תכתב ותחתם", און האט דארט מסביר געווען אז דער מנהג ביי די נשיאים איז דאך געווען אז בתפילת מעריב פון ליל ראשון דר"ה האט מען ליינג מאריך געווען און בבכיות גדולות.

און האט דערנאך מבאר געווען, אז ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס אוועק גייענדיק פון מעריב איז מען דאך צובראכן, איז פונדעסטוועגן איז די ערשטע זאך וואס מ'טוט, איז זעהן טאן א טובה א צווייטן אז א צווייטער זאל זיין לשנה טובה תכתב ותחתם.

וואס דאס איז דאך אויכעט דער כללות הענין פון תורת הבעש"ט, וכידוע דער ווארט אז ס'איז כדאי א נשמה קומט אראפ מלמעלה אין דער וועלט (א ווארט פון בעש"ט) זיבעציק אכציק יאר כדי צו טאן א טובה א אידן בגשמיות אדער ברוחניות.

וואס דערמיט וועט מען פארשטיין נאך א סיפור וואס דער רבי האט אויך דערציילט ביי י"ט כסלו'דיקן פארבריינגען, און האט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין פאטער פון רבי'ן נ"ע,וואס ער האט דאס געהערט פון זיין פאטער (פון רבי'ן מהר"ש),וואס ער האט געהערט פון זיין פאטער (ד.ה. דער צ"צ), אז דער צ"צ האט דערציילט אז אין תקס"ט איז געווען ביים זיידן א פריילעכער יו"ט.

און דער רבי דער שווער האט דערביי מסביר געווען אז בשעת מ'פלעגט זאגן יו"ט "סתם" האט מען געוואוסט אז דאס מיינט מען י"ט כסלו.

האט דער צ"צ דערציילט אז אין דעם פרייליכן יו"ט (ד.ה. י"ט כסלו תקס"ט) האט דער זיידע (ד.ה. דער אלטער רבי) אריינגערופן די קינדער, ד.ה. דער מיטעלער רבי מיט די צוויי ברידער און געזאגט אז איך בין אויך געווען דערביי.

דער איז געלעגן אנגעשפארט מיט די קאפ אויף די הענט אויפן טיש, און האט ביי

זיי געפרעגט וואס איז דער חילוק פון א "משכיל" ביז אן "עובד", האט פריער געזאגט דער מיטעלער רבי ווי אזוי ביי עם קומט אויס, דערנאך האט געזאגט ר' חיים אברהם (דער ברודער) און דערנאך האט געזאגט ר' משה (דער צווייטער ברודער).

האט דער אלטער רבי אויף דערויף געזאגט אז דאס איז דער חילוק פון "משכיל" ביז "עובד", ווי ער איז אין בריאה און אין יצירה און אין עשי".

וואס איז אבער דער חילוק פון א "משכיל" און א "עובד" אין "אצילות"? און האט אליין מבאר געווען, אז דאס איז דער חילוק: זיי האבן א געשמאק אין א ציצה צי האבן א געשמאק אין טאן א טובה א אידן. .

אד.ה. אז אין אצילות וואס דאס ווערט דאך אנגערופן אין ספרי קבלה עולם האחדות, מיוסד אויפן מאמר פון תקו"ז אז דאס איז "איהו וחיוהי חד איהו וגרמוהי חד", אחוץ ווי אלקות איז דארט גארנישט ניטא..

אבער א איד בעבודתו קען דאך זיין אין אצילות אויכעט - וכמבואר בכ"מ און אויכעט מובן אין שכל הפשוט איז דאס ניט געמיינט א נשמה אן א גוף, נאר א נשמה אין א גוף, און מ'בריינגט אויף דערויף די ראי' אז פאר יעדער איד האט פאר עם די כנסת הגדולה אויסגעשטעלט דעם נוסח פון ברכות השחר, בנוגע צו זיין נשמה "נשמה שנתת בי" אז נאך איידער ער האט דער אתה בראתה האט ער שוין דער "טהורה היא", ד.ה. אז ער האט אויכעט א נשמה ווי זי איז העכער פון עולם הבריאה, און דאס זאגט ער גלייך אויפשטייענדיק אינדערפרי, און דאס דארף זאגן דער פשוט שבפשוטים ווארום יעדער איד איז דאך מחוייב אין אמירת ברכות השחר.

ד.ה. אז יעדערער האט א חלק קטן און א נשמה פון אצילות אט ווי זי שטייט ביי עם, און וויבאלד אז ער האט דאס איז אט דעמולט פארשטאנדיק אז אויב "יגעת ומצאת" קען ער דאס אראפבריינגען אז דאס זאל ביי עם ווערן בגלוי.

ע"ד ווי ער זאגט אין זהר אין משפטים אז "זכה יכיר", איז רעכנט ער אלץ אויס די דרגות ביז וואנעט אז "זכה", גיט מען עם "ברתא דמלכא,וואס דאס איז נשמה דאצילות. און דאס איז אפילו ווי ער שטייט דא למטה און ווי ער קען האבן צוטאן מיט ענינים גשמיים ביז ער קען האבן צוטאן מיט אן אינו יהודי, און ווי ס'שטייט אויף דערויף די הוכחה, אז בשעת משה רבינו האט גערעדט מיט פרעה וואס דאס איז דאך געווען אין מצרים אין ערות הארץ, איז פרעה געווען ג' קליפות הטמאות לגמרי וואס דאס איז. ונאך נידעריקער פון עשי', און ניט נאר עשי' רוחניות אפילו עשי' גשמית וחומרית, און משה איז דאך געווען א נשמה דאצילות, און ווי ער זאגט אין אגרת הקודש אין סוף פון תניא אז אפילו כפי שירדה למטה איז זי אויכעט א נשמה דאצילות און דאס האט גערעדט איינער צום צווייטען.

איז אין מצרים אין ערות הארץ אט דארטן קען א איד זיין אין עולם האצילות בגלוי.

וואס לאחרי מ"ת איז ער דאר דעמולט אויף יעדערן (ווי געזאגט פריער) איז דאך דער נוסח הברכה אז ער זאגט "טהורה היא" וואס דאס איז נאך העכער פון "אתה בראתה", בהשתדלות וביגיעה, קען דאס נאך אראפקומען אז "יהבין לי' ברתא דמלכא".

... וואס מיט די נשמה דאצילות וואס דארט איז איהו וחיוהי חד און דאס איז עולם האחדות, איז דערמיט קען ער אויפטאן בחלקו בעולם און דארט דורכפירן דעם אויבערשטען'ס כוונה אז זאל ווערן "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם". און דאס איז געזאגט געווארן צו יעדער איינעם, און די ראי' אויף דערויף ווארום ער זאגט אויכעט "טהורה היא" און דער ענין פון דיבור איז דאך דאס ארויסגעגעבן געווארן אז דאס זאל ארויסקומען בגלוי ווארום לולי זאת וואלט דאך דאס געבליבן אין מחשבה אין אן אופן פון העלם.

וואס אט דאס איז דער ענין פון תורת החסידות: ארויסבריינגען דאס ביי יעדערן, און די התחלה אויף דערויף הויבט זיך אן פון ראש השנה לחסידות וואס דאס גיט כח על כל השנה כולה.

וואס אויף דערויף זאגט מען, אז אויף דער אופן העבודה של כל אחד ואחד ווי ער שטייט אין תכלית העילוי אז ער איז אין עולם האצילות זייענדיק דא, למטה, איז אט דא

קען ער זיין א "משכיל" און ער קען זיין אן "עובד".

וואס אין די ביידע ענינים איז ער אין עולם האצילות, ד.ה. אז איהו וחיוהי חד און איהו וגרמוהי חד, און פונדעסטוועגן זאגט מען אז דאס איז ע"ד דער חילוק פון משכיל און עובד איז עולם העשי', וואס דאס איז נשתלשל פון דער חילוק פון משכיל ועובד אין עולם האצילות,ווארום כל הענינים שבעשי' זיינען דאך פריער געווען אין עולם האצילות און פון דארטן זיינען זיי נשתלשל געווארן למטה.

און מ'זאגט אז דער כללות החילוק אין דערויף איז, דער חילוק צי א געשמאק אין א ציצה אדער א געשמאק אין טאן א טובה א אידן.

וואס איז דער ענין פון א ציצה - זאגט ער אויף דערויף אין זהר אז דאס איז דער ענין פון די מרכבה אזוי ווי אין די מרכבה איז דאך דא ד קצוות ד' רגלים, אט אזוי די ד' כנפות פון א טלית וואס אט דעמולט איז דאך דא די מצות הציצית - אט די עבודה איז אט דאס איז עבודת הציצית.

וואס איז דער ענין פון "מרכבה" - אז פאר זיך איז ער קיין ענין ניט, ס'איז מערניט וואס ער איז בטל צו דעם רוכב עליו.

און אין וואס פאר אן אופן איז דאס - ע"ד ווי דורך א מרכבה קען דער רוכב אנקומען צו אזא מין ארט וואס לולי המרכבה וואלט ער אהינצו ניט געקומען.

ד.ה. דאס איז ע"ד דוגמא וואס מ'דרשן'ט אין מדרשים אויף "למעשה ידיך תכסוף":. אז עבודה צורך גבוה אז אויב ס'פעלט - "צור ילדך תשי", און אויב מ'טוט אט דאס וואס מ'דארף טאן, איז דעמולט זאגט מען דאך "ועתה יגדל נא כח אדני" אז"הי' לך לברכני'(ווי די גמרא זאגט, אז ער איז "מוסיף כח בפמליא של מעלה").

וואס דאס איז דער כללות ענין עבודת המרכבה אז פאר זיך איז ער קיין מציאות ניט און אין וואס איז זיין גאנצע תשוקה ועבודה, אז ער האט א געשמאק אין א ציצה ווי דאס איז אין עשי', וואס איז דאס אין עולם האצילות - אן אופן פון "רצוא" אז דורך עם זאל דער רוכב טאן אט דאס וואס ער וויל טאן. ס'איז דא א צווייטער ענין: פון טאן א טובה א אידן, וואס דאס איז ניט א ענין פון "רצוא" מלמטה למעלה, פארקערט: דאס איז דאך א המשכה מלמעלה למטה, וויבאלד אז ער טוט א טובה איז דאך א סימן אז יענער איז א חסר בערכו און ער קען ממלא זיין יענעמ'ס חסרון. .

ד.ה. אז דאס איז שני עבודות הפכיות: די עבודה פון א ציצה אע"פ וואס כפשוטו איז דאס א המשכת פון דעם מקיף העליון, וואס פירט ער דורך דערויף אויס - דער ענין פון "תכלה" דער ענין פון תכלת, און דער ענין פון א מרכבה אז דאס איז פאר זיך קיין מציאות ניט, ער שטייט אין א תשוקה פון עולה זיין מלמטה למעלה. .

וואס דערפאר געפינט מען דאך, אז בשעת א איד יאגט זיך ניט אזוי נאך ציצית, ווי די גמרא זאגט אז אין מנחות איז ווער: האט מקפיד געווען, האט מקפיד געווען א מלאך. ווארום עבודה פון מלאכים איז דאך דער ענין וואס שטייען ברצוא מלמטה למעלה, סיידען מ'שיקט זיי אין א שליחות אט דעמולט ווערן זיי אין אן ענין אז דורך זיי זאל זיך דורכפירן דער רצון העליון ולאחרי שמילאו השליחות איז אט דעמולט איז נדתלק לו.

משא"כ קטיני' איז דאך געווען זיין ענין טאן א טובה א אידן, ס'איז מערניט וואס מצד די קפידה שמלמעלה האט מען צוגעגעבן אט דעם ענין אויכעט.

וואס דאס איז אויכעט דער כללות החילוק פון "מוחין",וואס דאס איז דער כללות הענין פון "משכיל" ביז אן "עובד", וואס דאס איז דער ענין פון מעשה וואס הויבט זיך אן פון מידות וואס דאס איז התחלת המעשה, וואס מוחין איז דאך דאס אפגעטראגן און פארנומען מיט זיך, און דעם ענין פון עובד (ווי ער איז דא מבאר) פון טאן א טובה א אידן איז דאס אויף ממשיך זיין לזה שמלמטה הימנו.

וואס אט דאס איז אויכעט דער כללות הענין וואס חסידות האט אויפגעטאן אז ניט קוקענדיק אויף דערויף וואס די נשיאי החסידות זיינען געלעגן אין די ענינים העמוקים ביותר וואס דאס איז פנימיות התורה, בפרט נאך אז מ'האט דאס געדארפט ארויסגעבן אין הסברה פון חכמה בינה דעת, איז אויף וואס האט מען געלייגט דעם דגש - אויף טאן א טובה א אידן בגשמיות, אדער ברוחניות ווי דער ווארט פון בעש"ט.

און אט דאס איז אויכעט די הדגשה פון י"ט כסלו, וואס דעמולט איז דאך דער "פדה בשלום נפשינו" כפשוטו אויך דער טייטש דורך צדקה ווי דער רבי זאגט אין אגרת הקודש "ולכן נקראת הצדקה בשם שלום" וואס דורך איר איז דא די פדי' בשלום, וואס דער ענין פון צדקה איז דאך דער טאן א טובה א אידן אע"פ וואס בשעת מעשה האט ער געקענט ליגן אין ענינים נעלים יותר.

וכידוע דער סיפור וואס דער רבי האט דערציילט, אז די מס"נ פון דעם אלטן רבי'ן אז בשעת ער איז געקענט שטייען אויף אפרייסן זיך פון דביקות אין אלקות, און אראפלאזן זיך אין טאן א טובה א אידן כפשוטו.

וואס דאס איז אויך דער ווארט וואס ער זאגט פון בעש"ט אז ער האט מתפלל געווען כמה תפלות והתענה כמה תעניות ער זאל קענען שטייענדיק אין יחודים למעלה ענטפערן אויף א שאלה דא למטה, וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, וואס האט דער בעש"ט געדארפט האבן ביידע זאכן צוזאמען, און אויף דערויף מתפלל זיין און פאסטן, ס'האט געקענט זיין די צייט...למטה א באזונדער צייט.

נאר אט דאס איז די נקודה מיטן תכלית העילוי, פון תורת הבעש"ט - אז ס'זאל דער יחוד העליון אט ווי מ'שטייט אין אצילות זאלן דארטן האבן דעם געשמאק אין טאן א טובה א איד.

און אט דאס איז (ווי ער זאגט אין אגה"ק) "הנחילנו" אז מ'האט דאס געגעבן אונז אלעמען בירושה, וואס כדי צו זיין א יורש איז ניט נוגע דער עמל און דער יגיעה, ווערט ער שוין א בעה"ב אויף דעם אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל ניט זיין.

דערנאך אבער כדי דאס אויסנוצן און דאס זאל ווערן בפועל ממש, אט דא הויבט זיך אן די עבודת האדם אין אן אופן אז דאס זאל זיין דער "שנה" - איין מאל געטאן און א צווייטן מאל געטאן ווי ער זאגט "עזב תעזב שני פעמים" און ווי דער רבי איז מסיים אין אגה"ק אז וואו ס'שטייט צוויי מאל, לערנט מען אפ דערפון אז אפילו עד מאה פעמים אז מ'זאל ממשיך זיין (ווי דער רבי האט געטייטשט) אז מאה פעמים איז, דאס ממשיך זיין אין אלע עשר כוחות הנפש און ווי זיי שטייען אין התרחבות און התפשטות וואס דעמאלט איז דאך כל א' כלול מעשר ווערט דאס מאה פעמים, און דארטן זאל זיין דער עמו" צוזאמען מיט אלקות און צוזאמען מיט רביים די נשיאים אז דאס זאל זיין כולא . חד, לחיים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
19 Kislev 5720 (20 December 1959)
Events
19 Kislev
Id
rh-yt2rbq1a

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive10fFZt-fC3W8MXOBXnnxuSB…